Skip to content
Opens in a new window

[1] ה׳ טוט קיניגן, זאָלן ציטערן די פֿעלקער; ער טראָנט איבער די כּרובֿים, זאָל זיך װאַקלען די ערד.

[2] ה׳ איז גרױס אין צִיוֹן, און ער איז דערהױבן איבער אַלע פֿעלקער.

[3] זאָלן זײ לױבן דײַן גרױסן און פֿאָרכטיקן נאָמען – הײליק איז ער! –

[4] און די שטאַרקײט פֿון דעם מלך װאָס האָט ליב גערעכטיקײט. דו האָסט אױפֿגעשטעלט יושר, רעכט און גערעכטיקײט האָסטו אין יעקבֿ געטאָן.

[5] דערהײבט ה׳ אלוקינו, און בוקט זיך צו זײַן פֿוסבענקל – הײליק איז ער!

[6] משה און אַהרֹן זײַנען געװען צװישן זײַנע כּהנים, און שמוּאֵל צװישן די װאָס רופֿן זײַן נאָמען; זײ פֿלעגן רופֿן צו ה׳, און ער פֿלעגט זײ ענטפֿערן.

[7] אין אַ װאָלקנזײַל פֿלעגט ער רעדן צו זײ; זײ האָבן געהיט זײַנע צײגנים, און דאָס געזעץ װאָס ער האָט זײ געגעבן.

[8] ה׳ אלוקינו, דו האָסט זײ געענטפֿערט: אַ פֿאַרגעביקער אֵל ביסטו זײ געװען, און האָסט זיך נוקם געװען פֿון זײערע װעגן.

[9] דערהײבט ה׳ אלוקינו, און בוקט זיך צו זײַן הײליקן באַרג, װאָרעם הײליק איז ה׳ אלוקינו.

תְּהִלִּים — Chapters