[1] אַ געזאַנג, אַ מיזמור פֿון אָסָפֿן.
[2] אלֹקים, נישט זײַ שטיל, זאָלסט נישט פֿאַרשװײַגן און נישט רוען, אֵל.
[3] װאָרעם זע, דײַנע פֿײַנט טומלען, און דײַנע שָׂונאים הײבן אױף דעם קאָפּ.
[4] אַקעגן דײַן פֿאָלק סוֹדען זײ זיך ליסטיק, און זײ עֵצהן זיך אַקעגן דײַנע באַשיצטע.
[5] זײ האָבן געזאָגט: קומט, און לאָמיר זײ פֿאַרטיליקן פֿון זײַן אַ פֿאָלק, אַז מער זאָל נישט געדאַכט װערן דער נאָמען יִשׂרָאֵל.
[6] װאָרעם זײ האָבן געהאַלטן אַן עצה מיט אײן האַרצן, קעגן דיר אַ ברית טוען זײ שליסן.
[7] די געצעלטן פֿון אֶדוֹם, און די יִשמָעֵאלים, מוֹאָבֿ, און די הַגרים;
[8] גבֿל, און עַמוֹן, און עַמָלֵק, פּלֶשֶת מיט די באַװױנער פֿון צוֹר.
[9] אױך אשור האָט זיך באַהעפֿט מיט זײ; זײ זײַנען אַן אָרעם צו די קינדער פֿון לוֹט. סֶלָה.
[10] טו צו זײ אַזױ װי צו מִדיָן, װי צו סיסראן, װי צו יבֿינען בײַם טײַך קישון,
[11] װאָס זײַנען פֿאַרטיליקט געװאָרן אין עֵין-דֹאר, געװאָרן װי מיסט אױף דער ערד.
[12] מאַך זײערע אַדללײַט װי עוֹרֵבֿ און װי זאבֿ, און װי זֶבַֿח און װי צלמונע, אַלע זײערע פֿירשטן;
[13] די װאָס זאָגן: לאָמיר יַרשען פֿאַר אונדז די װױנונגען פֿון אלֹקים.
[14] מײַן ג-ט, מאַך זײ װי װירבלשטױב, װי שפּרײ פֿאַרן װינט.
[15] װי אַ פֿײַער װאָס פֿאַרברענט אַ װאַלד, און װי אַ פֿלאַם װאָס צעפֿלאַקערט די בערג,
[16] אַזױ זאָלסטו זײ נאָכיאָגן מיט דײַן שטורעם, און מיט דײַן געװיטער זײ דערשרעקן.
[17] פֿיל זײער פּנים מיט שאַנד, אַז זײ זאָלן זוכן דײַן נאָמען, ה׳.
[18] זאָלן זײ פֿאַרשעמט און דערשראָקן װערן אױף אײביק, און זאָלן זײ צו שאַנד װערן און אונטערגײן.
[19] און זאָלן זײ װיסן אַז דו אַלײן װאָס דײַן נאָמען איז ה׳, ביסט דער עליון איבער דער גאַנצער ערד.