Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף גִתּית; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.

[2] ה׳ אונדזער האַר, װי פּראַכטיק איז דײַן נאָמען אױף דער גאַנצער ערד, אַז דער לױב פֿון דײַן גלאַנץ איז איבער די הימלען!

[3] פֿון דעם מױל פֿון עופֿעלעך און זױגעדיקע האָסטו באַפֿעסטיקט דײַן מאַכט; פֿון װעגן דײַנע פֿײַנט – כּדי שטיל צו מאַכן דעם שׂונא און ראַכענעמער.

[4] אַז איך זע די הימלען, דאָס װערק פֿון דײַנע פֿינגער, די לבֿנה און שטערן װאָס דו האָסט אױפֿגעשטעלט –

[5] װאָס איז אַ מענטש, אַז דו זאָלסט אים געדענקען? און אַ מענטשנקינד, אַז דו זאָלסט אים דערמאָנען?

[6] װאָרעם האָסט אים געמאַכט שיר נישט מינער פֿון אלֹקים, און מיט כּבֿוד און שײנקײט באַקרײנסטו אים.

[7] מאַכסט אים געװעלטיקן איבער די װערק פֿון דײַנע הענט, אַלצדינג האָסטו געלײגט אונטער זײַנע פֿיס;

[8] שאָף און רינדער אַלע, און אַפֿילו חיות פֿון פֿעלד;

[9] דעם פֿױגל פֿון הימל, און די פֿישן פֿון ים – װאָס נאָר עס ציט דורך די שטעגן פֿון ימען.

[10] ה׳ אונדזער האַר, װי פּראַכטיק איז דײַן נאָמען אױף דער גאַנצער ערד!

תְּהִלִּים — Chapters