[1] פֿאַר װאָס, ה׳, שטײסטו פֿון דער װײַטן, פֿאַרהױלסטו זיך אין צײַטן פֿון נױט?
[2] מיט גאװה פֿון רשע יאָגט מען דעם אָרעמאַן; זאָלן זײ געכאַפּט װערן אין די פּלענער װאָס זײ האָבן אױסגעקלערט!
[3] װאָרעם דער רשע פּראָלט אין דער תּאװה פֿון זײַן זעל, און דער גײציקער רימט זיך: ער שפּאָט פֿון ה׳.
[4] דער רשע זאָגט אין דעם שטאָלץ פֿון זײַן פּנים: מע מאָנט נישט; נישטאָ קײן אלֹקים, זײַנען אַלע זײַנע טראַכטונגען.
[5] זײַנע װעגן באַגליקן צו יעטװעדער צײַט, װײַט איבער אים זײַנען דײַנע משפּטים; אַלע זײַנע פֿײַנט – ער בלאָזט אױף זײ.
[6] ער זאָגט אין זײַן האַרצן: איך װעל נישט אומפֿאַלן, אױף דור-דורות נישט זײַן אין קײן בײז.
[7] מיט קללות איז פֿול זײַן מױל, און מיט באַטרוג און דריקונג, אונטער זײַן צונג איז אומרעכט און פֿאַרברעכן.
[8] ער זיצט אין לױער פֿון די געהעפֿטן, אין פֿאַרבאָרגענישן הרגעט ער דעם אומשולדיקן; זײַנע אױגן לאָקערן אױפֿן אומגליקלעכן.
[9] ער לױערט אין פֿאַרבאָרגעניש װי אַ לײב אין זײַן צודעק, ער לױערט צו כאַפּן דעם אָרעמאַן; ער כאַפּט דעם אָרעמאַן, אַז ער ציט אים אין זײַן נעץ.
[10] ער דריקט זיך, ער בײגט זיך, ביז די אומגליקלעכע פֿאַלן אין זײַנע קלױען.
[11] ער זאָגט אין זײַן האַרצן: פֿאַרגעסן האָט אֵל; ער האָט פֿאַרבאָרגן זײַן פּנים, ער װעט אױף אײביק נישט זען.
[12] שטײ אױף ה׳, אֵל, הײב אױף דײַן האַנט, זאָלסט נישט פֿאַרגעסן די געדריקטע.
[13] פֿאַר װאָס לעסטערט דער רשע אלֹקים, זאָגט אין זײַן האַרצן: דו מאָנסט נישט?
[14] דו האָסט געזען; װאָרעם דו קוקסט צו לײַד און קומער, כּדי זײ צו פֿאַרגלעטן מיט דײַן האַנט. אױף דיר פֿאַרלאָזט זיך דער אומגליקלעכער, דעם עלנדן ביסט דו געװען אַ העלפֿער.
[15] צעברעך דעם אָרעם פֿון דעם רשע, און בײַם שלעכטן זאָלסטו זוכן זײַן בײז ביז װעסט מער נישט געפֿינען.
[16] ה׳ איז אַ מלך אײביק און שטענדיק, די פֿעלקער גײען אונטער פֿון זײַן לאַנד.
[17] דאָס קרעכצן פֿון די פֿאַרליטענע האָסטו צוגעהערט, ה׳; פֿעסטיקסט זײער האַרץ, נײַגסט צו דײַן אױער;
[18] צו טאָן רעכט דעם יתום און דעם געדריקטן; אַז קײן מענטש פֿון דער ערד זאָל מער נישט שרעקן.