Skip to content
Opens in a new window

[1] אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון שלמהן. אַז ה׳ בױט נישט אַ הױז, אומזיסט מיִען זיך זײַנע בױערס אױף אים; אַז ה׳ היט נישט אַ שטאָט, אומזיסט װאַכט דער שומר.

[2] אומזיסט אײַך, איר װאָס פֿעדערט אײַך אױפֿצושטײן, װאָס זיצט-אױף שפּעט, װאָס עסט ברױט מיט מאַטערניש; אַזױ װאָס גיט ער זײַן באַליבטן אין שלאָף.

[3] זע, די אַרב פֿון ה׳ זײַנען קינדער, דער שׂכַר איז פֿרוכט פֿון לײַב.

[4] װי פֿײַלן אין דער האַנט פֿון גיבור, אַזױ זײַנען קינדער פֿון דער יוגנט.

[5] װױל צו דעם מאַן װאָס האָט אָנגעפֿילט זײַן פֿײַלבײַטל מיט זײ! זײ װעלן נישט פֿאַרשעמט װערן, אַז זײ װעלן רעדן מיט די פֿײַנט אין טױער.

תְּהִלִּים — Chapters