[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.
[2] װױל צו דעם װאָס גיט אַכט אױפֿן אָרעמאַן! אין טאָג פֿון בײז װעט אים ה׳ מאַכן אַנטרינען.
[3] ה׳ װעט אים באַהיטן און אים לאָזן לעבן, און ער װעט זײַן באַגליקט אין לאַנד; און װעסט אים נישט איבערגעבן אױף דעם באַראָט פֿון זײַנע פֿײַנט.
[4] ה׳ װעט אים אונטערלענען אױפֿן קראַנקן בעט; די גאַנצע צײַט פֿון זײַן ליגן פֿאַרנעמסטו זיך מיט זײַן קראַנקשאַפֿט.
[5] איך זאָג: ה׳, לײַטזעליק מיך, הײל מײַן זעל, װאָרעם איך האָב געזינדיקט צו דיר.
[6] מײַנע פֿײַנט רעדן שלעכטס װעגן מיר: װען װעט ער שטאַרבן, און זײַן נאָמען זאָל אונטערגײן!
[7] און אַז עמעצער קומט זען, רעדט ער פֿאַלש, זײַן האַרץ זאַמלט אָן אין זיך בײז; גײט ער אַרױס אין גאַס, רעדט ער דערפֿון.
[8] אין אײנעם סוֹדען זיך אױף מיר אַלע מײַנע שָׂונאים, זײ טראַכטן װעגן מיר בײז קעגן מיר:
[9] אַ בײזע זאַך איז אױסגעגאָסן אױף אים, און װי ער האָט זיך געלײגט, װעט ער מער נישט אױפֿשטײן.
[10] אַפֿילו מײַן גוטער פֿרײַנט װאָס איך האָב מיך פֿאַרזיכערט אױף אים, דער װאָס עסט מײַן ברױט, הײבט אױף אַ פֿוס אױף מיר.
[11] אָבער דו ה׳ לײַטזעליק מיך, און ריכט מיך אױף, און לאָמיך זײ אָפּצאָלן.
[12] דערמיט װעל איך װיסן אַז דו באַגערסט מיך, װאָס נישט שאַלן װעט מײַן פֿײַנט איבער מיר.
[13] און איך – אין מײַן ערלעכקײט װעסטו מיך אױפֿהאַלטן, און װעסטו מיך לאָזן שטײן פֿאַר דיר אײביק.
[14] ברוך ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל פֿון אײביק און ביז אײביק. אָמן און אָמן!