Skip to content
Opens in a new window

[1] הַלְלוּ יָהּ. װױל צו דעם מאַן װאָס האָט מורא פֿאַר ה׳, װאָס נאָך זײַנע געבאָט טוט ער גאַרן זײער.

[2] מאַכטיק אין לאַנד װעט זײַן זײַן קינדער; דער דור פֿון די רעכטפֿאַרטיקע װעט זײַן געבענטשט.

[3] גוטס און עשירות איז בײַ אים אין הױז, און זײַן גערעכטיקײט באַשטײט אױף אײביק.

[4] ער שײַנט פֿאַר די רעכטפֿאַרטיקע װי אַ ליכט אין דער פֿינצטער, ער איז לײַטזעליק און דערבאַרעמדיק און גערעכט.

[5] גוט איז דער מאַן װאָס איז לײַטזעליק און לײַט, װאָס פֿירט זײַנע זאַכן מיט גערעכטיקײט.

[6] װאָרעם ער װעט קײן מאָל נישט אומפֿאַלן; צו אײביקער געדעכעניש װעט זײַן דער צדיק.

[7] פֿאַר אַ בײזער בשׂורה האָט ער נישט מורא, פֿעסט איז זײַן האַרץ, ער איז בטוח אױף ה׳.

[8] זיכער איז זײַן האַרץ, ער האָט נישט קײן מורא, ביז ער זעט זיך אָן אױף זײַנע פֿײַנט.

[9] ער טײלט פֿונאַנדער, ער גיט די באַדערפֿטיקע, זײַן צדקה באַשטײט אױף אײביק; זײַן האָרן װעט דערהױבן זײַן אין כּבֿוד.

[10] דער רשע װעט זען און זיך ערגערן, זײַנע צײן װעט ער קריצן און װעט צעגאַנגען װערן; דער באַגער פֿון די רשעים װעט אונטערגײן.

תְּהִלִּים — Chapters