Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף יוֹנהס אֵלֶם רחוֹקים; פֿון דָוִדן אַ מִכתָּם, װען די פּלִשתּים האָבן אים געכאַפּט אין גַת.

[2] לײַטזעליק מיך, אלֹקים, װאָרעם אײַנשלינגען װיל מיך אַ מענטש; אַ גאַנצן טאָג דריקט ער מיך שטרײַטנדיק.

[3] אײַנשלינגען װילן מיך מײַנע לױערער אַ גאַנצן טאָג, יאָ פֿיל, דו העכסטער, שטרײַטן אױף מיר.

[4] דעם טאָג װאָס איך האָב מורא פֿאַרזיכער איך מיך אױף דיר.

[5] אױף אלֹקים װאָס זײַן װאָרט טו איך לױבן, אױף אלֹקים האָב איך מיך פֿאַרזיכערט, איך האָב נישט קײן מורא; װאָס קען אַ בשׂר-ודם מיר טאָן?

[6] אַ גאַנצן טאָג קריװדען זײ מײַנע טענות, אַלע זײערע מחשבֿות זײַנען צום בײזן אױף מיר.

[7] זײ קלײַבן זיך אױף, זײ באַהאַלטן זיך, זײ היטן מײַנע פֿוסטריט, אַזױ װי זײ קוקן אױס אױף מײַן זעל.

[8] פֿאַר דעם אומרעכט שלײַדער זײ אַרױס, אין צאָרן די פֿעלקער װאַרף אַנידער, אלֹקים.

[9] האָסט פֿאַרצײכנט מײַן װאָגלעניש, טו אַרײַן מײַן טרער אין דײַן לאָגל; פֿאַר װאָר, זײ זײַנען אין דײַן בוך.

[10] דענצמאָל װעלן מײַנע פֿײַנט זיך אומקערן אַהינטער אין דעם טאָג װאָס איך װעל רופֿן; דאָס װײס איך אַז אלֹקים איז פֿאַר מיר.

[11] אױף אלֹקים װאָס זײַן װאָרט טו איך לױבן, אױף ה׳ װאָס זײַן װאָרט טו איך לױבן,

[12] אױף אלֹקים האָב איך מיך פֿאַרזיכערט, איך האָב נישט קײן מורא; װאָס קען אַ מענטש מיר טאָן?

[13] איך נעם אױף מיר, אלֹקים, נדרים צו דיר, איך װעל אָפּצאָלן דאַנקאָפּפֿער צו דיר;

[14] װאָרעם האָסט מציל געװען מײַן זעל פֿון טױט, פֿאַר װאָר, מײַנע פֿיס פֿון שטרױכלונג, כּדי אַרומצוגײן פֿאַר אלֹקים אין דעם ליכט פֿון לעבן.

תְּהִלִּים — Chapters