Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דָוִדן, אױף אַ דערמאָנונג.

[2] אלֹקים, מיך מציל צו זײַן, ה׳, צו מײַן הילף, טו אײַלן.

[3] זאָלן פֿאַרשעמט און צו שאַנד װערן די װאָס זוכן מײַן לעבן; זאָלן אָפּטרעטן אַהינטער און זיך שעמען די װאָס װינטשן מיר בײז.

[4] זאָלן זיך צוריקקערן פֿון װעגן זײער שאַנד די װאָס זאָגן: אַהאַ! אַהאַ!

[5] זאָלן לוסטיק זײַן און זיך פֿרײען מיט דיר אַלע װאָס זוכן דיך. און זאָלן תּמיד זאָגן: געגרײסט זאָל זײַן ג-ט! די װאָס האָבן ליב דײַן ישועה.

[6] אָבער איך בין אָרים און באַדערפֿטיק, אלֹקים, טו אײַלן צו מיר; דו ביסט מײַן הילף, און דער װאָס מאַכט מיך אַנטרינען; ה׳, זאָלסט זיך נישט זאַמען.

תְּהִלִּים — Chapters