Skip to content
Opens in a new window

[1] אַ שִגָעון פֿון דָוִדן, װאָס ער האָט געזונגען צו ה׳ פֿון װעגן כּוּש דעם בנימינער.

[2] ה׳ מײַן ג-ט, אין דיר האָב איך מיך געשיצט, העלף מיך פֿון אַלע מײַנע נאָכיאָגער, און זײַ מיך מציל,

[3] מע זאָל נישט פֿאַרצוקן װי אַ לײב מײַן זעל, צערײַסן, און קײנער זאָל נישט מציל זײַן.

[4] ה׳ מײַן ג-ט, אױב איך האָב אַזױ װאָס געטאָן, אױב אומרעכט איז דאָ אין מײַנע הענט,

[5] אױב איך האָב געטאָן בײז מײַן גוטן פֿרײַנט, אָדער באַרױבט צו מאָל מײַן אומזיסטיקן פֿײַנט,

[6] זאָל דער שׂונא מיך נאָכיאָגן און דערגרײכן, און טרעטן צו דער ערד מײַן לעבן, און מײַן כּבֿוד אין שטױב לײגן. סֶלָה.

[7] שטײ אױף, ה׳, אין דײַן כּעס, דערהײב דיך אין גרימצאָרן קעגן מײַנע פֿײַנט, און דערװעק פֿאַר מיר דעם משפּט װאָס דו האָסט אָנגעזאָגט.

[8] און װי די עדה פֿון די פֿעלקער דיך רינגלט אַרום, קער זיך אום איבער איר צו דער הײך.

[9] ה׳, װאָס משפּטסט די פֿעלקער, משפּט מיך, ה׳, לױט מײַן גערעכטיקײט און לױט מײַן ערלעכקײט אין מיר.

[10] זאָל שױן זיך עקן דאָס בײז פֿון די רשעים, און דו זאָלסט אױפֿריכטן דעם צדיק; װאָרעם דו פּרוּװסט די הערצער און נירן, אלֹקים דו גערעכטער.

[11] מײַן באַשיץ איז אױף אלֹקים; ער העלפֿט די רעכטפֿאַרטיקע הערצער.

[12] אלֹקים איז אַ גערעכטער ריכטער, און אַ צערנדיקער אֵל אַלע טאָג.

[13] פֿאַר װאָר, ער שלײַפֿט נאָכאַנאַנד זײַן שװערד, ער שפּאַנט זײַן בױגן און שטעלט אים אָן.

[14] און ער גרײט זיך אָן געצײַג פֿון טױט, ער מאַכט ברענעדיק שאַרף זײַנע פֿײַלן.

[15] זע, ער אַנטפֿאַנגט אומרעכט, און ער טראָגט אומגליק, און געבערט ליגן.

[16] ער גראָבט אַ גרוב און הױלט זי אױס, און פֿאַלט אין דעם אָפּגרונט װאָס ער מאַכט,

[17] זײַן אומרעכט װעט זיך אומקערן אױף זײַן קאָפּ, און אױף זײַן שאַרבן װעט נידערן זײַן פֿאַרברעך.

[18] איך װעל לױבן ה׳ לױט זײַן גערעכטיקײט, און באַזינגען דעם נאָמען פֿון ה׳ דעם עליון.

תְּהִלִּים — Chapters