Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דָוִדן אַ מיזמור. אלֹקים פֿון מײַן לױב, זאָלסט נישט שװײַגן.

[2] װאָרעם אַ בײז מױל און אַ מױל פֿון באַטרוג האָבן זײ געעפֿנט אױף מיר; זײ האָבן גערעדט צו מיר מיט אַ צונג פֿון ליגן.

[3] און מיט רײד פֿון שׂינאה האָבן זײ מיך אַרומגערינגלט, און געשטריטן קעגן מיר פֿאַר אומזיסט,

[4] פֿאַר מײַן ליבשאַפֿט פֿײַנטן זײ מיך, בעת איך בין לױטער געבעט.

[5] און זײ האָבן מיר אָפּגעטאָן אַ רָעה פֿאַר אַ טובֿה, און שׂינאה פֿאַר מײַן ליבשאַפֿט.

[6] זעץ אָן אױף אים אַ רשע, און אַן אָנקלאָגער זאָל שטײן בײַ זײַן רעכטער זײַט.

[7] אַז ער װערט געמשפּט, זאָל ער אַרױסגײן שולדיק, און זײַן תּפֿילה זאָל װערן צו זינד.

[8] זײַנע טעג זאָלן זײַן װינציק, זײַן אָפּגעשפּאָרטס זאָל צונעמען אַן אַנדערער.

[9] זײַנע קינדער זאָלן װערן יתומים, און זײַן װײַב אַן אַלמנה.

[10] און װאָגלען זאָלן װאָגלען זײַנע קינדער, און בעטלען, און זוכן ברױט פֿון זײערע חורבֿות אַרױס.

[11] פֿאַרנעמען זאָל אַ בַעַל-חובֿ אַלץ װאָס ער האָט, און פֿרעמדע זאָלן אַװעקרױבן זײַן מי.

[12] קײנער זאָל נישט נײַגן צו אים גענאָד, און קײנער זאָל נישט לײַטזעליקן זײַנע יתומים.

[13] זײַן נאָכקום זאָל פֿאַרשניטן װערן; אין אַנדער דור זאָל זײער נאָמען זײַן אױסגעמעקט.

[14] זאָל די זינד פֿון זײַנע פֿאָטערס דערמאָנט װערן פֿאַר ה׳, און דער חטא פֿון זײַן מוטער זאָל נישט פֿאַרמעקט װערן;

[15] זײ זאָלן זײַן אַנטקעגן ה׳ תּמיד, און ער זאָל פֿאַרשנײַדן פֿון דער ערד זײער געדעכעניש.

[16] פֿאַר װאָס ער האָט נישט געדאַכט צו טאָן חֶסֶד, און ער האָט גערודפֿט דעם אָרעמאַן און דעם אבֿיון, און דעם װאָס זײַן האַרץ איז באַטריבט, צו טײטן.

[17] יאָ, ער האָט ליב געהאַט די קללה, טאָ זאָל זי אים אָנקומען; און ער האָט נישט געװוּנטשן קײן ברכה, טאָ זאָל זי װײַט זײַן פֿון אים.

[18] און ער האָט אָנגעטאָן די קללה װי זײַן קלײד, טאָ זאָל זי אַרײַן װי װאַסער אין זײַנע אינגעװײד, און װי אײל אין זײַנע בײנער.

[19] זאָל זי אים זײַן װי אַ בגד װאָס ער טוט אָן, און פֿאַר אַ גאַרטל זאָל ער עס אָנגורטן תּמיד.

[20] דאָס זאָל זײַן דער לױן פֿון ה׳ צו מײַנע שָׂונאים, און צו די װאָס רעדן בײז אַקעגן מײַן זעל.

[21] און דו ה׳ אֲדֹנָי, טו מיט מיר פֿון דײַן נאָמען װעגן, װײַל דײַן חֶסֶד איז גוט, זײַ מיך מציל.

[22] װאָרעם אָרים און באַדערפֿטיק בין איך, און מײַן האַרץ איז צעלעכערט אין מיר.

[23] אַזױ װי אַ שאָטן װען ער נײַגט זיך, פֿאַרגײ איך, איך בין אָפּגעטרײסלט געװאָרן װי אַ הײשעריק.

[24] מײַנע קני שטרױכלען פֿון פֿאַסטן, און מײַן לײַב איז אָפּגעצערט, אָן פֿעטקײט.

[25] און איך בין געװאָרן אַ חרפּה בײַ זײ, אַז זײ זעען מיך, שאָקלען זײ זײער קאָפּ.

[26] שטײ מיר בײַ, ה׳ מײַן ג-ט, העלף מיך לױט דײַן גענאָד.

[27] און זאָלן זײ װיסן אַז דאָס איז דײַן האַנט, אַז דו, ה׳, האָסט דאָס געטאָן.

[28] זאָלן זײ שילטן, און דו זאָלסט בענטשן; אַז זײ שטײען אױף, זאָלן זײ פֿאַרשעמט װערן, און דײַן קנעכט זאָל זיך פֿרײען.

[29] זאָלן מײַנע פֿײַנט זיך באַקלײדן מיט שאַנד, און אָנטאָן װי אַ מאַנטל זײער בושה.

[30] איך װעל געבן גרױס דאַנק צו ה׳ מיט מײַן מױל, און צװישן פֿיל מענטשן װעל איך אים לױבן.

[31] װאָרעם ער שטײט בײַ דער רעכטער האַנט פֿון באַדערפֿטיקן, צו העלפֿן פֿון די װאָס פֿאַרמשפּטן זײַן זעל.

תְּהִלִּים — Chapters