[1] הַלְלוּ יָהּ. לױבט דעם נאָמען פֿון ה׳, לױבט, איר קנעכט פֿון ה׳,
[2] איר װאָס שטײט אין דעם הױז פֿון ה׳, אין די הױפֿן פֿון דעם בֵית הַמִקדָש פֿון אלוקינו.
[3] לױבט ה׳ װאָרעם ה׳ איז גוט, זינגט צו זײַן נאָמען, װאָרעם ער איז ליב.
[4] װאָרעם ה׳ האָט אױסדערװײלט פֿאַר זיך יעקבֿ, יִשׂרָאֵל פֿאַר זײַן באַזונדער אײגנס.
[5] װאָרעם איך װײס אַז ה׳ איז גרױס, און אונדזער האַר איבער אַלע ג‑טער.
[6] אַלץ װאָס ה׳ באַגערט, טוט ער, אין הימל און אױף דער ערד, אין די ימען און אַלע תּהומען.
[7] ער ברענגט אױף װאָלקנס פֿון עק ערד, ער מאַכט בליצן צום רעגן, ער ציט אַרױס פֿון זײַנע שפּײַכלערס דעם װינט.
[8] ער איז דער װאָס האָט געשלאָגן די בכוֹרים פֿון מִצרַיִם, פֿון אַ מענטשן ביז אַ בהמה.
[9] האָט געשיקט צײכנס און װוּנדער צװישן דיר, מִצרַיִם, אױף פַּרעהן און אױף אַלע זײַנע קנעכט.
[10] ער איז דער װאָס האָט געשלאָגן פֿיל פֿעלקער, און געהרגעט מאַכטיקע מלכים:
[11] סיחון דעם מלך פֿון אֶמוֹרי, און עוֹג דעם מלך פֿון בָשָן, און אַלע קיניגרײַכן פֿון כּנַעַן;
[12] און געגעבן זײער לאַנד פֿאַר אַ נחלה, אַ נחלה פֿאַר יִשׂרָאֵל זײַן פֿאָלק.
[13] ה׳, דײַן נאָמען איז אױף אײביק, ה׳, דײַן געדעכעניש איז אױף דור-דורות.
[14] װאָרעם ה׳ װעט זיך אָננעמען פֿאַר זײַן פֿאָלק, און אױף זײַנע קנעכט װעט ער זיך דערבאַרעמען.
[15] די געצנבילדער פֿון די פֿעלקער זײַנען זילבער און גאָלד, דאָס װערק פֿון אַ מענטשנס הענט.
[16] זײ האָבן אַ מױל און רעדן נישט, זײ האָבן אױגן און זעען נישט;
[17] זײ האָבן אױערן און הערן נישט; נישטאָ צו מאָל אַן אָטעם אין זײער מױל.
[18] זאָל װערן װי זײ די װאָס מאַכן זײ, איטלעכער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף זײ.
[19] הױז פֿון יִשׂרָאֵל, לױבט ה׳; הױז פֿון אַהרֹן, לױבט ה׳;
[20] הױז פֿון לֵוִי, לױבט ה׳; איר יראי ה׳, לױבט ה׳.
[21] ברוך ה׳ פֿון צִיוֹן, װאָס רוט אין ירושָלַיִם. הַלְלוּ יָהּ.