[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן,
[2] װען נָתָן דער נבֿיא איז געקומען צו אים, נאָך דעם װי ער איז געקומען צו בַת-שֶבֿען.
[3] לײַטזעליק מיך, אלֹקים, לױט דײַן חֶסֶד, לױט דײַן גרױס דערבאַרעמונג מעק אָפּ מײַנע פֿאַרברעכן.
[4] װאַש מיך אָפּ אין גאַנצן פֿון מײַן זינד, און פֿון מײַן חטא טו מיך רײניקן.
[5] װאָרעם איך װײס מײַנע פֿאַרברעכן, און מײַן חטא איז מיר תּמיד אַנטקעגן.
[6] צו דיר אַלײן האָב איך געזינדיקט, און װאָס איז שלעכט אין דײַנע אױגן האָב איך געטאָן; דערום ביסטו רעכטפֿאַרטיק אין דײַן רעדן, ביסטו גערעכט אין דײַן משפּטן.
[7] זע, אין זינד בין איך געבאָרן געװאָרן, און אין חטא האָט מיך מײַן מוטער פֿאַרשװענגערן.
[8] אמת באַגערסטו דאָך אין די נירן, טאָ לערן מיך חכמה װוּ עס איז פֿאַרהױלן.
[9] זאָלסט מיך רײניקן מיט אֵזוֹבֿ-גראָז, אַז איך זאָל רײן װערן, זאָלסט מיך װאַשן, ביז װײַסער פֿון שנײ זאָל איך װערן.
[10] זאָלסט מיך מאַכן הערן פֿרײד און לוסטיקײט; זאָלן דערפֿרײט װערן די בײנער װאָס דו האָסט צעדריקט.
[11] פֿאַרבאָרג דײַן פּנים פֿון מײַנע חטאָים, און אַלע מײַנע זינד פֿאַרמעק.
[12] אַ רײן האַרץ באַשאַף אין מיר, אָ אלֹקים, און אַ פֿעסט גײַסט באַנײַ אין מיר.
[13] זאָלסט מיך נישט אַװעקװאַרפֿן פֿון דיר, און דײַן רוּחַ הקדש זאָלסטו נישט אַװעקנעמען פֿון מיר.
[14] קער מיר אום די פֿרײד פֿון דײַן הילף, און אַ פֿרײַ גײַסט זאָלסטו מיר שענקען.
[15] איך װעל לערנען פֿאַרברעכער דײַנע װעגן, און זינדיקע װעלן זיך אומקערן צו דיר.
[16] זײַ מיך מציל פֿון בלוטיקײט, אלֹקים דו אלֹקים פֿון מײַן הילף; זאָל מײַן צונג זינגען דײַן גערעכטיקײט.
[17] אָ אֲדֹנָי, מײַנע ליפּן זאָלסטו עפֿענען, און זאָל מײַן מױל דערצײלן דײַן לױב.
[18] װאָרעם באַגערסט נישט אַ שלאַכטאָפּפֿער אַז איך זאָל געבן, אַ בראַנדאָפּפֿער װילסטו נישט.
[19] די שלאַכטאָפּפֿער פֿון אלֹקים זײַנען אַ צעבראָכן גײַסט, אַ צעבראָכן און דערשלאָגן האַרץ, אלֹקים, פֿאַראַכטסטו נישט.
[20] באַגיטיק אין דײַן באַװיליקונג צִיוֹן, בױען זאָלסטו די מױערן פֿון ירושָלַיִם.
[21] דענצמאָל װעסטו באַגערן שלאַכטאָפּפֿער פֿון גערעכטיקײט, בראַנדאָפּפֿער און גאַנצאָפּפֿער; דענצמאָל װעט מען אױפֿברענגען אָקסן אױף דײַן מזבח.