Skip to content
Opens in a new window

[1] נישט אונדז, ה׳, נישט אונדז, נײַערט דײַן נאָמען גיב כּבֿוד, פֿון װעגן דײַן חֶסֶד, פֿון װעגן דײַן טרײַשאַפֿט.

[2] פֿאַר װאָס זאָלן זאָגן די פֿעלקער: װוּ אַקאָרשט איז זײער ג-ט?

[3] אָבער אלוקינו איז אין הימל, אַלץ װאָס ער באַגערט, טוט ער.

[4] זײערע געצנבילדער זײַנען זילבער און גאָלד, דאָס װערק פֿון אַ מענטשנס הענט.

[5] זײ האָבן אַ מױל און רעדן נישט, זײ האָבן אױגן און זעען נישט;

[6] זײ האָבן אױערן און הערן נישט, זײ האָבן אַ נאָז און שמעקן נישט;

[7] הענט בײַ זײ, אָבער זײ קענען נישט אָנטאַפּן, פֿיס בײַ זײ, אָבער זײ גײען נישט; זײ טוען נישט אַ הױך מיט זײער קעל.

[8] זאָלן װערן װי זײ די װאָס מאַכן זײ, איטלעכער װאָס פֿאַרזיכערט זיך אױף זײ.

[9] יִשׂרָאֵל, פֿאַרזיכער זיך אױף ה׳. ער איז זײער הילף און זײער שילד.

[10] הױז פֿון אַהרֹן, פֿאַרזיכערט אײַך אױף ה׳. ער איז זײער הילף און זײער שילד.

[11] איר פֿאָרכטער פֿון ה׳, פֿאַרזיכערט אײַך אױף ה׳. ער איז זײער הילף און זײער שילד.

[12] ה׳ האָט געדאַכט אָן אונדז, ער װעט בענטשן, ער װעט בענטשן דאָס הױז פֿון יִשׂרָאֵל, ער װעט בענטשן דאָס הױז פֿון אַהרֹן.

[13] ער װעט בענטשן די װאָס פֿאָרכטן ה׳, די קלײנע אַזױ װי די גרױסע.

[14] ה׳ װעט אײַך מערן, אײַך און אײַערע קינדער.

[15] געבענטשט זאָלט איר זײַן פֿון ה׳, דעם באַשעפֿער פֿון הימל און ערד.

[16] די הימלען זײַנען די הימלען פֿון ה׳, אָבער די ערד האָט ער געגעבן צו די מענטשנקינדער.

[17] נישט די טױטע װעלן לױבן ה׳, און נישט די אַלע װאָס נידערן אין שטילן קבֿר.

[18] אָבער מיר װעלן בענטשן ה׳, פֿון אַצונד און ביז אײביק. הַלְלוּ יָהּ.

תְּהִלִּים — Chapters