[1] אַ מיזמור פֿון דָוִדן, אױף אַ דערמאָנונג.
[2] נישט אין דײַן כּעס, ה׳, זאָלסטו מיך מוסרן, און אין דײַן גרימצאָרן זאָלסטו מיך שטראָפֿן.
[3] װאָרעם דײַנע פֿײַלן האָבן גענידערט אין מיר, און אױף מיר האָט גענידערט דײַן האַנט.
[4] נישטאָ קײן גאַנץ גליד אין מײַן לײַב פֿון װעגן דײַן צאָרן, נישטאָ קײן פֿריד אין מײַנע בײנער פֿון װעגן מײַן חטא.
[5] װאָרעם מײַנע זינד גײען איבער מײַן קאָפּ, װי אַ שװערע משׂא זײַנען זײ צו שװער פֿאַר מיר.
[6] עס פֿױלן, עס אײַטערן מײַנע װוּנדן פֿון װעגן מײַן נאַרישקײט;
[7] איך בין צעקרימט, איך בין געבױגן ביז גאָר, אַ גאַנצן טאָג גײ איך אום פֿינצטער.
[8] װאָרעם מײַנע לענדן זײַנען פֿול מיט בראַנד, און נישטאָ קײן גאַנץ גליד אין מײַן לײַב.
[9] איך בין באַנומען און דערשלאָגן ביז גאָר, איך שרײַ פֿון דער ברומונג פֿון מײַן האַרצן.
[10] אֲדֹנָי, אַל מײַן קרעכצן איז פֿאַר דיר, און מײַן זיפֿצן איז פֿון דיר נישט פֿאַרבאָרגן.
[11] מײַן האַרץ שװינדלט, מײַן כּוֹח האָט מיך פֿאַרלאָזט; און דאָס ליכט פֿון מײַנע אױגן, דאָס אױך איז בײַ מיר מער נישטאָ.
[12] מײַנע גוטע פֿרײַנט און מײַנע חבֿרים שטײען אַװעק פֿון מײַן פּלאָג, און מײַנע נאָנטע שטײען פֿון דער װײַטן.
[13] און נעצן לײגן די װאָס זוכן מײַן לעבן, און די װאָס זײַנען מיר אױסן בײז רעדן אומגליקן, און באַטרוגן טראַכטן זײ אַ גאַנצן טאָג.
[14] און איך בין װי אַ טױבער, איך הער נישט, און װי אַ שטומער װאָס עפֿנט נישט זײַן מױל.
[15] יאָ, איך בין װי אַ מענטש װאָס הערט נישט, און אין זײַן מױל זײַנען קײן טענות נישטאָ.
[16] װאָרעם צו דיר, ה׳, טו איך האָפֿן; דו װעסט ענטפֿערן, אֲדֹנָי מײַן ג-ט.
[17] װאָרעם איך זאָג: זאָלן זײ נישט דערפֿרײט װערן איבער מיר; אַז מײַן פֿוס גליטשט זיך אױס, גרײסן זײ זיך איבער מיר.
[18] װאָרעם איך בין אָנגעברײט צום פֿאַלן, און מײַן װײטאָג איז אַנטקעגן מיר תּמיד.
[19] װאָרעם איך גיב צו מײַן זינד, איך בין באַקומערט װעגן מײַן חטא.
[20] און מײַנע פֿײַנט אום לעבן זײַנען שטאַרק, און פֿיל מײַנע שָׂונאים פֿאַר גאָרנישט.
[21] און די װאָס באַצאָלן אַ רָעה פֿאַר אַ טובֿה, פֿײַנטן מיך פֿאַר מײַן נאָכיאָגן גוטס.
[22] נישט פֿאַרלאָזן זאָלסטו מיך, ה׳, נישט דערװײַטערן זאָלסטו זיך פֿון מיר, מײַן ג-ט.
[23] אײַל מיר צו הילף, אֲדֹנָי מײַן ישועה.