[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל; אַ באַטראַכטונג פֿון דָוִדן.
[2] פֿאַרנעם, אלֹקים, מײַן תּפֿילה, און זאָלסט זיך נישט פֿאַרהױלן פֿון מײַן געבעט.
[3] האָרך צו מיר, און ענטפֿער מיר; איך לױף אום אין מײַן קלאָג, און איך ברום,
[4] פֿון דעם קֹול פֿון דעם פֿײַנט, פֿון װעגן דער דריקונג פֿון דעם רשע; װאָרעם זײ ברענגען אױף מיר אומגליק, און מיט צאָרן טוען זײ מיך פֿײַנטן.
[5] מײַן האַרץ צאַפּלט אין מיר, און טױטשרעקן זײַנען אָנגעפֿאַלן אױף מיר.
[6] אַ מורא און אַ ציטערניש קומט אױף מיר, און אַ שױדער האָט מיך באַדעקט.
[7] און איך זאָג: װער גיט מיר פֿליגלען װי אַ טױב, איך װאָלט אַװעקגעפֿלױגן און גערוט.
[8] אָט װאָלט איך אַװעקגעװאָגלט װײַט, איך װאָלט געװײַלט אין דער מדבר. סֶלָה.
[9] איך װאָלט מיר געאײַלט צו אַן אַנטרינונג פֿון רײַסיקן װינט, פֿונעם שטורעם.
[10] צעמיש, אֲדֹנָי, צעטײל זײער שפּראַך, װאָרעם איך האָב געזען רױב און קריג אין שטאָט.
[11] טאָג און נאַכט רינגלען זײ זי אַרום אױף אירע מױערן, און אומרעכט און אומגליק איז אין איר מיטן.
[12] פֿאַרברעכן זײַנען אין איר מיטן, און פֿון איר מאַרק טוט זיך נישט אָפּ דריקונג און באַטרוג.
[13] װאָרעם נישט אַ פֿײַנט טוט מיך לעסטערן – דאָס װאָלט איך פֿאַרטראָגן; נישט מײַן שׂונא האָט זיך געגרײסט איבער מיר – פֿון אים װאָלט איך מיך פֿאַרבאָרגן;
[14] נאָר דו, אַ מענטש מײַן גלײַכן, מײַן חבֿר און מײַן באַקענטער,
[15] װאָס בײַנאַנד פֿלעגן מיר זיס זיך סוֹדען, גײן אין דעם הױז פֿון אלֹקים מיט געזעמל.
[16] זאָל ער אָנרײצן דעם טױט אױף זײ, זאָלן זײ נידערן לעבעדיקערהײט אין שְׁאֹול! װאָרעם בײז איז אין זײער װױנונג, צװישן זײ.
[17] איך װעל רופֿן צו אלֹקים, און ה׳ װעט מיך העלפֿן.
[18] אָװנט און פֿרימאָרגן און מיטן טאָג װעל איך קלאָגן און װעל ברומען, און ער טוט הערן מײַן קֹול.
[19] ער טוט אױסלײזן בשלום מײַן זעל, מע זאָל נישט גענענען צו מיר, הגם זײ זײַנען פֿיל קעגן מיר.
[20] אֵל װעט הערן און װעט זײ אונטערטעניק מאַכן – דער װאָס טראָנט פֿון אײביק אָן. סֶלָה. װאָרעם נישטאָ קײן אָפּבײַט בײַ זײ, און זײ האָבן נישט מורא פֿאַר אלֹקים.
[21] ער שטרעקט אױס זײַנע הענט אױף די װאָס זײַנען אין שלום מיט אים, ער פֿאַרשװעכט זײַן ברית.
[22] גלאַט זײַנען די שמאַנטיקע רײד פֿון זײַן מױל, און זײַן האַרץ איז מלחמה; װײכער פֿון בױמל זײַנען זײַנע װערטער, אָבער זײ זײַנען שװערדן בלױזע.
[23] װאַרף אױף ה׳ דײַן לאַסט, און ער װעט דיך פֿאַרזאָרגן; ער װעט קײן מאָל נישט לאָזן פֿאַלן דעם צדיק.
[24] אָבער דו אלֹקים װעסט זײ נידערן אין קבֿר-גרוב, די לײַט פֿון בלוט און באַטרוג װעלן נישט אױסלעבן האַלב זײערע טעג; און איך װעל מיך פֿאַרזיכערן אױף דיר.