[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.
[2] ביז װאַנען, ה׳, װעסטו מיך תּמיד פֿאַרגעסן? ביז װאַנען װעסטו פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים פֿון מיר?
[3] ביז װאַנען װעל איך האַלטן עצות בײַ זיך, מיט קומער אין מײַן האַרצן דורכן טאָג? ביז װאַנען װעט מײַן פֿײַנט זיך דערהײבן אױף מיר?
[4] קוק-צו, ענטפֿער מיר, ה׳ מײַן ג-ט, דערלײַכט מײַנע אױגן, איך זאָל נישט אײַנשלאָפֿן צום טױט;
[5] מײַן פֿײַנט זאָל נישט זאָגן: איך בין אים בײַגעקומען; מײַנע שָׂונאים זאָלן זיך נישט פֿרײען, אַז איך װעל אומפֿאַלן.
[6] אָבער איך פֿאַרזיכער מיך אױף דײַן חֶסֶד; מײַן האַרץ װעט זיך פֿרײען מיט דײַן הילף; איך װעל זינגען צו ה׳, װאָס ער האָט מיר גוטס געטאָן.
תְּהִלִּים — Chapters
123456789101112131415161718192021222324252627282930313233343536373839404142434445464748495051525354555657585960616263646566676869707172737475767778798081828384858687888990919293949596979899100101102103104105106107108109110111112113114115116117118119120121122123124125126127128129130131132133134135136137138139140141142143144145146147148149150