[1] אַ געזאַנג; אַ מיזמור פֿון די קינדער פֿון קֹרַח.
[2] גרױס איז ה׳, און זײער געלױבט אין דער שטאָט פֿון אלוקינו, אױף זײַן הײליקן באַרג.
[3] שײן דערהײכט, די פֿרײד פֿון דער גאַנצער ערד, איז דער באַרג צִיוֹן אין די עקן פֿון צפֿון, די שטאָט פֿון דעם גרױסן מלך.
[4] אלֹקים אין אירע ציטאַדעלן איז באַקאַנט פֿאַר אַ פֿעסטונג.
[5] װאָרעם זע, מלכים האָבן זיך אײַנגעזאַמלט, זײ זײַנען אַריבערגעקומען אין אײנעם.
[6] װי זײ האָבן געזען, אַזױ האָבן זײ געגאַפֿט, דערשראָקענע האָבן זײ אַװעקגעאײַלט.
[7] אַ ציטערניש האָט זײ אָנגענומען דאָרטן, אַ װײעניש װי אַ געװינערין.
[8] מיט אַ מזרח-װינט האָסטו צעבראָכן די שיפֿן פֿון תַּרְשִיש.
[9] װי מיר האָבן געהערט, אַזױ האָבן מיר געזען, אין דער שטאָט פֿון ה׳ צבָֿאוֹת, אין דער שטאָט פֿון אלוקינו; אלֹקים זאָל זי אױפֿהאַלטן ביז אײביק. סֶלָה.
[10] מיר האָבן געטראַכט, אלֹקים, אָן דײַן חֶסֶד, אין דער מיטן פֿון דײַן הֵיכל.
[11] אַזױ װי דײַן נאָמען, אלֹקים, אַזױ איז דײַן לױב ביז די עקן פֿון דער ערד; פֿול מיט גערעכטיקײט איז דײַן רעכטע האַנט.
[12] זאָל זיך פֿרײען דער באַרג צִיוֹן, זאָלן לוסטיק זײַן די טעכטערשטעט פֿון יהוּדה, פֿון װעגן דײַנע משפּטים.
[13] גײט אַרום צִיוֹן, און רינגלט זי אַרום, צײלט איבער אירע טורעמס.
[14] טוט אַכט אױף אירע מױער, גײט דורך אירע פּאַלאַצן; כּדי איר זאָלט דערצײלן דעם שפּעטערדיקן דור,
[15] אַז דאָס איז אלֹקים, אלוקינו, אײביק און שטענדיק; ער װעט אונדז פֿירן ביז אײביקײט.