[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף שוֹשַנים; פֿון דָוִדן.
[2] העלף מיך, אלֹקים, װאָרעם דאָס װאַסער איז געקומען ביז דער האַלדז.
[3] איך בין אײַנגעזונקען אין אַ טיפֿן זומפּ, און נישטאָ קײן באַשטאַנד; איך בין געקומען אין טיפֿע װאַסערן, און דער שטראָם האָט מיך פֿאַרפֿלײצט.
[4] איך בין מיד פֿון מײַן רופֿן, מײַן קעל איז פֿאַרטריקנט, די אױגן גײען מיר אױס האַרנדיק אױף מײַן ג-ט.
[5] מער װי די האָר פֿון מײַן קאָפּ זײַנען מײַנע אומזיסטיקע שָׂונאים; שטאַרק זײַנען מײַנע פֿאַרטיליקער, מײַנע פֿײַנט פֿאַר גאָרנישט; װאָס איך האָב נישט געגזלט מוז איך דערום אָפּגעבן.
[6] אלֹקים, דו װײסט מײַן נאַרישקײט, און מײַנע פֿאַרשולדיקונגען זײַנען פֿון דיר נישט פֿאַרהױלן.
[7] זאָלן נישט אין ביוש בלײַבן דורך מיר דײַנע האָפֿער, דו אֲדֹנָי ה׳ צבָֿאוֹת; זאָלן נישט פֿאַרשעמט װערן דורך מיר דײַנע זוכער, אלוקי יִשׂרָאֵל.
[8] װאָרעם פֿון דײַנעט װעגן האָב איך געליטן חרפּה, אַ שאַנד האָט באַדעקט מײַן פּנים.
[9] פֿאַרפֿרעמדט בין איך געװאָרן צו מײַנע ברידער, און װילדפֿרעמד צו די זין פֿון מײַן מוטער.
[10] װאָרעם דער צאָרן פֿאַר דײַן הױז האָט מיך געגעסן, און די לעסטערונגען פֿון דײַנע לעסטערער זײַנען געפֿאַלן אױף מיר.
[11] און האָב איך אױסגעװײנט אין פֿאַסטן מײַן זעל, איז דאָס מיר צו לעסטערונג געװאָרן.
[12] און האָב איך געמאַכט זאַק מײַן קלײד, בין איך בײַ זײ צום שפּריכװאָרט געװאָרן.
[13] עס רעדן פֿון מיר די טױערזיצער, און איך בין דאָס געזאַנג פֿון די װײַנטרינקער.
[14] אָבער איך – מײַן תּפֿילה צו דיר, ה׳, איז: אַ שעה פֿון באַװיליקונג; אלֹקים, אין דײַן גרױס גענאָד ענטפֿער מיר מיט דײַן אמתער ישועה.
[15] זײַ מיך מציל פֿון דעם לײם, אַז איך זאָל נישט אײַנגעזונקען װערן; לאָמיך ניצול װערן פֿון מײַנע פֿײַנט, און פֿון די טיפֿע װאַסערן.
[16] לאָז מיך נישט פֿאַרפֿלײצן דער שטראָם װאַסער, און לאָז מיך נישט אײַנשלינגען די טיפֿעניש, און לאָז נישט צומאַכן די גרוב איר מױל איבער מיר.
[17] ענטפֿער מיר, ה׳, װאָרעם גוט איז דײַן חֶסֶד; לױט דײַן גרױס דערבאַרעמונג קער זיך צו מיר.
[18] און זאָלסט נישט פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים פֿון דײַן קנעכט, װאָרעם מיר איז ענג; ענטפֿער מיר גיך.
[19] גענען צו מײַן זעל, לײז זי אױס, קױף מיך אױס פֿון װעגן מײַנע פֿײַנט.
[20] דו װײסט מײַן חרפּה און מײַן בושה און מײַן שאַנד, פֿאַר דיר זײַנען אַלע מײַנע דריקער.
[21] אַ חרפּה צעברעכט מײַן האַרץ, און איך בין חרובֿ; און איך האָב געהאָפֿט אױף באַדױער, און נישטאָ, און אױף טרײסטער, און נישט געפֿונען.
[22] און זײ האָבן אַרײַנגעטאָן גיפֿט אין מײַן שפּײַז, און פֿאַר מײַן דאָרשט גיבן זײ מיר טרינקען עסיק.
[23] זאָל זײער טיש װאָס פֿאַר זײ, װערן פֿאַר אַ נעץ, און אין מיטן פֿון פֿריד, פֿאַר אַ פּאַסטקע.
[24] זאָלן זײערע אױגן פֿינצטער װערן נישט צו זען, און זײערע לענדן מאַך װאַקלען תּמיד.
[25] גיס אױס אױף זײ דײַן כּעס, און דײַן גרימצאָרן זאָל זײ דערגרײכן.
[26] זאָל זײער ישובֿ זײַן פֿאַרװיסט, אין זײערע געצעלטן זאָל נישט זײַן קײן באַװױנער.
[27] װאָרעם דעם װאָס דו האָסט געשלאָגן רודפֿן זײ, און פֿון דעם װײטאָג פֿון דײַנע פֿאַרװוּנדטע דערצײלן זײ זיך.
[28] לײג צו זינד אױף זײער זינד, און זאָלן זײ נישט צוקומען צו דײַן גערעכטיקײט.
[29] זאָלן זײ אױסגעמעקט װערן פֿון בוך פֿון די לעבעדיקע, און מיט די גערעכטע זאָלן זײ נישט פֿאַרשריבן װערן.
[30] אָבער איך בין אָרים און צעװײטאָקט, זאָל דײַן הילף, אלֹקים, מיך דערהײכן.
[31] איך װעל רימען דעם נאָמען פֿון אלֹקים מיט געזאַנג, און װעל אים גרײסן מיט לױב.
[32] און דאָס װעט זײַן בעסער בײַ ה׳ װי אַן אָקס אָדער יונגער אָקס באַהאָרנט, באַקלױט.
[33] זאָלן זען די געדריקטע, און זיך פֿרײען; איר װאָס זוכט אלֹקים, זאָל אױפֿלעבן אײַער האַרץ!
[34] װאָרעם ה׳ הערט צו די באַדערפֿטיקע, און זײַנע געפֿאַנגענע טוט ער נישט פֿאַראַכטן.
[35] לױבן װעלן אים הימל און ערד, די ימען און אַלץ װאָס װידמענט אין זײ.
[36] װאָרעם אלֹקים װעט העלפֿן צִיוֹן, און װעט בױען די שטעט פֿון יהוּדה, און זײ װעלן זיך דאָרטן באַזעצן, און זי יַרשען.
[37] און דער זאָמען פֿון זײַנע קנעכט װעט זי אַרבן, און די ליבהאָבער פֿון זײַן נאָמען װעלן װױנען אין איר.