Skip to content
Opens in a new window

[1] הַלְלוּ יָהּ. גיט אַ דאַנק צו ה׳, װאָרעם ער איז גוט, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד.

[2] װער קען אױסרעדן די גבֿורות פֿון ה׳? מאַכן הערן זײַן גאַנצן לױב?

[3] װױל צו די װאָס היטן גערעכטיקײט, צו דעם װאָס טוט רעכט אין יעטװעדער צײַט.

[4] געדענק מיך, ה׳, װען דו באַװיליקסט דײַן פֿאָלק, דערמאָן מיך אין דײַן הילף;

[5] כּדי איך זאָל זען דאָס גוטס פֿון דײַנע אױסדערװײלטע, זיך פֿרײען אין דער פֿרײד פֿון דײַן פֿאָלק, זיך רימען אין אײנעם מיט דײַן אַרב.

[6] מיר האָבן געזינדיקט אַזױ װי אונדזערע עלטערן, מיר האָבן פֿאַרבראָכן, מיר האָבן שלעכטס געטאָן.

[7] אונדזערע עלטערן אין מִצרַיִם האָבן נישט באַטראַכט דײַנע װוּנדער, זײ האָבן נישט געדאַכט אָן דײַנע פֿיל חסדים, און האָבן װידערשפּעניקט בײַם ים, בײַם ים-סוףֿ.

[8] אָבער ער האָט זײ געהאָלפֿן פֿון זײַן נאָמען װעגן, כּדי צו לאָזן װיסן זײַן גבֿורה.

[9] און ער האָט אָנגעשריִען אױפֿן ים-סוףֿ, און ער איז געװאָרן טרוקן, און ער האָט זײ געפֿירט דורך די תּהומען װי דורך אַ סטעפּ.

[10] און ער האָט זײ געהאָלפֿן פֿון דעם שׂונאס האַנט, און זײ אױסגעלײזט פֿון דער האַנט פֿון פֿײַנט.

[11] און די װאַסערן האָבן צוגעדעקט זײערע דריקער, נישט אַן אײנציקער פֿון זײ איז געבליבן.

[12] און זײ האָבן געגלױבט אין זײַנע װערטער, זײ האָבן געזונגען זײַן לױב.

[13] גיך האָבן זײ פֿאַרגעסן זײַנע טוּונגען; זײ האָבן נישט געהאַרט אױף זײַן עצה.

[14] און זײ האָבן געגלוסט אַ גלוסטונג אין דער מדבר, און געפּרוּװט אֵל אין דער װיסטע.

[15] און ער האָט זײ געגעבן זײער פֿאַרלאַנג, אָבער ער האָט געשיקט אַ דער אין זײער לײַב.

[16] און זײ האָבן זיך מקנא געװען אָן משהן אין לאַגער, און אָן אַהרֹן דעם הײליקן פֿון ה׳.

[17] האָט די ערד זיך געעפֿנט, און אײַנגעשלונגען דָתָנען, און צוגעדעקט דאָס געזעמל פֿון אַבֿירָמען.

[18] און אַ פֿײַער האָט זיך אָנגעצונדן אין זײער געזעמל, אַ פֿלאַם האָט פֿאַרברענט די רשעים.

[19] זײ האָבן געמאַכט אַ קאַלב אין חוֹרֵבֿ, און זיך געבוקט צו אַ געגאָסענעם געץ.

[20] און זײ האָבן פֿאַרביטן זײער כּבֿוד אױף דער געשטאַלט פֿון אַן אָקס װאָס עסט גראָז.

[21] זײ האָבן פֿאַרגעסן אָן אֵל זײער העלפֿער, װאָס האָט געטאָן גרױסע זאַכן אין מִצרַיִם,

[22] װוּנדער אין לאַנד פֿון חָם, פֿאָרכטיקע זאַכן בײַם ים-סוףֿ.

[23] און ער האָט געװאָלט זײ פֿאַרטיליקן, װען נישט משה זײַן אױסדערװײלטער װאָלט זיך געשטעלט פֿאַר אים אין דעם בראָך, אָפּצוהאַלטן זײַן גרימצאָרן פֿון אומברענגען.

[24] און זײ האָבן פֿאַראַכט דאָס גלוסטיקע לאַנד, נישט געגלױבט אין זײַן װאָרט.

[25] און זײ האָבן געמורמלט אין זײערע געצעלטן, נישט צוגעהערט צו דעם קֹול פֿון ה׳.

[26] און ער האָט אױפֿגעהױבן זײַן האַנט װעגן זײ, זײ צו מאַכן פֿאַלן אין דער מדבר,

[27] און צעװאַרפֿן זײער זאָמען צװישן די פֿעלקער, און זײ צעשפּרײטן אין די לענדער.

[28] און זײ האָבן זיך באַהעפֿט אָן דעם בַעַל פֿון פּעוֹר, און געגעסן שלאַכטאָפּפֿער צו טױטע.

[29] און זײ האָבן דערכּעסט מיט זײערע מעשׂים, און אַ מגפֿה האָט אױסגעבראָכן צװישן זײ.

[30] און פּינְחס איז אױפֿגעשטאַנען, און האָט אַ משפּט געטאָן, און די מגפֿה איז פֿאַרהאַלטן געװאָרן.

[31] און עס איז אים גערעכנט געװאָרן צו גערעכטיקײט, אױף דור-דורות ביז אײביק.

[32] און זײ האָבן דערצערנט בײַ די װאַסערן פֿון מריבֿה, און משהן איז געשען בײז פֿון װעגן זײ;

[33] װאָרעם זײ האָבן פֿאַרביטערט זײַן רוּחַ, און ער האָט זיך אַרױסגערעדט מיט זײַנע ליפּן.

[34] זײ האָבן נישט פֿאַרטיליקט די פֿעלקער, אַזױ װי ה׳ האָט זײ אָנגעזאָגט.

[35] און זײ האָבן זיך געמישט מיט די פֿעלקער, און זיך אָפּגעלערנט זײערע מעשׂים.

[36] און זײ האָבן געדינט זײערע געצנבילדער, װאָס זײַנען געװאָרן אַ שטרױכלונג פֿאַר זײ.

[37] און זײ האָבן געשלאַכט זײערע זין און זײערע טעכטער צו די שֵדים,

[38] און האָבן פֿאַרגאָסן אומשולדיק בלוט, דאָס בלוט פֿון זײערע זין און זײערע טעכטער, װאָס זײ האָבן געשלאַכט צו די געצנבילדער פֿון כּנַעַן; און דאָס לאַנד איז זינדיק געװאָרן דורך בלוט.

[39] און זײ זײַנען געװאָרן אומרײן דורך זײערע מעשׂים, און פֿאַרפֿירט געװאָרן אין זײערע טוּונגען.

[40] און דער צאָרן פֿון ה׳ האָט געגרימט אױף זײַן פֿאָלק, און ער האָט פֿאַראומװערדיקט זײַן אַרב.

[41] און ער האָט זײ געגעבן אין דער האַנט פֿון די פֿעלקער, און זײערע שָׂונאים האָבן געװעלטיקט איבער זײ.

[42] און זײערע פֿײַנט האָבן זײ געדריקט, און זײ זײַנען אונטערטעניק געװאָרן אונטער זײער האַנט.

[43] פֿיל מאָל פֿלעגט ער זײ מציל זײַן, אָבער זײ פֿלעגן װידערשפּעניקן אין זײער באַראָט, און זײַנען אַראָפּגעקומען דורך זײער זינד.

[44] און ער האָט צוגעזען זײער נױט, אַז ער האָט געהערט זײער געשרײ.

[45] און ער האָט זײ געדענקט זײַן ברית, און זיך באַדאַכט לױט זײַן גרױס גענאָד.

[46] און ער האָט זײ געגעבן דערבאַרעמונג בײַ אַלע זײערע פֿאַנגער.

[47] העלף אונדז, ה׳ אלוקינו, און זאַמל אונדז אײַן פֿון די פֿעלקער, צו דאַנקען דײַן הײליקן נאָמען, זיך צו רימען מיט דײַן לױב.

[48] ברוך ה׳ אלוקי יִשׂרָאֵל פֿון אײביקײט און ביז אײביקײט, און זאָל דאָס גאַנצע פֿאָלק זאָגן: אָמן! הַלְלוּ יָהּ.

תְּהִלִּים — Chapters