[1] פֿון דָוִדן. איך װעל דיך לױבן מיט מײַן גאַנצן האַרצן, פֿאַר די מאַכטיקע װעל איך דיך באַזינגען.
[2] איך װעל זיך בוקן צו דײַן הײליקן הֵיכל, און איך װעל לױבן דײַן נאָמען, פֿאַר דײַן חֶסֶד און פֿאַר דײַן טרײַשאַפֿט; װאָרעם איבער אַל דײַן נאָמען האָסטו געגרײסט דײַן צוזאָג.
[3] אין טאָג װאָס איך האָב גערופֿן האָסטו מיר געענטפֿערט, האָסט מיר געמוטיקט מיט שטאַרקײט מײַן זעל.
[4] לױבן װעלן דיך, ה׳, אַלע מלכים פֿון דער ערד, װאָרעם זײ האָבן געהערט די װערטער פֿון דײַן מױל.
[5] און זײ װעלן זינגען פֿון די װעגן פֿון ה׳, װאָרעם גרױס איז דער כּבֿוד פֿון ה׳.
[6] װאָרעם ה׳ איז דערהױבן, אָבער ער זעט דעם נידעריקן, און װי הױך ער איז, װײס ער פֿון דער װײַטן.
[7] אַז איך גײ אין דער מיט פֿון נױט, לעבסטו מיך אױף; צו להכעיס מײַנע פֿײַנט שטרעקסטו אױס דײַן האַנט, און דײַן רעכטע האַנט העלפֿט מיך.
[8] ה׳ פֿירט אױס פֿאַר מיר; ה׳, דײַן חֶסֶד איז אױף אײביק; די װערק פֿון דײַנע הענט זאָלסטו נישט פֿאַרלאָזן.