Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל; אַ מיזמור, אַ געזאַנג.

[2] אלֹקים זאָל אונדז לײַטזעליקן און אונדז בענטשן, ער זאָל דערלײַכטן זײַן פּנים אױף אונדז, סֶלָה,

[3] כּדי מע זאָל װיסן אױף דער ערד דײַן װעג, צװישן אַלע פֿעלקער דײַן ישועה.

[4] לױבן װעלן דיך די פֿעלקער, אָ אלֹקים, לױבן װעלן דיך די פֿעלקער אַלע.

[5] זיך פֿרײען און זינגען װעלן די אומות, װאָרעם דו משפּטסט די פֿעלקער מיט יושר, און די אומות, זײ פֿירסטו אױף דער ערד. סֶלָה.

[6] לױבן װעלן דיך די פֿעלקער, אָ אלֹקים, לױבן װעלן דיך די פֿעלקער אַלע.

[7] די ערד גיט איר פֿרוכט, בענטשן װעט אונדז אלֹקים אלוקינו,

[8] בענטשן װעט אונדז אלֹקים און אים װעלן פֿאָרכטן אַלע עקן פֿון דער ערד.

תְּהִלִּים — Chapters