[1] אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען. איך הײב אױף מײַנע אױגן צו די בערג: פֿון װאַנען װעט קומען מײַן הילף?
[2] מײַן הילף איז פֿון ה׳, דעם באַשעפֿער פֿון הימל און ערד.
[3] נישט לאָזן װעט ער זיך אױסגליטשן דײַן פֿוס; נישט שלומערן װעט דײַן היטער.
[4] זע, עס שלומערט נישט און שלאָפֿט נישט דער היטער פֿון יִשׂרָאֵל.
[5] ה׳ איז דײַן היטער, ה׳ איז דײַן שאָטן בײַ דײַן רעכטער האַנט;
[6] בײַ טאָג װעט די זון דיך נישט שלאָגן, און נישט בײַ נאַכט די לבֿנה.
[7] ה׳ װעט דיך באַהיטן פֿון אַלעם בײז, ער װעט באַהיטן דײַן זעל.
[8] ה׳ װעט היטן דײַן גײן און דײַן קומען, פֿון אַצונד און ביז אײביק.
תְּהִלִּים — Chapters
123456789101112131415161718192021222324252627282930313233343536373839404142434445464748495051525354555657585960616263646566676869707172737475767778798081828384858687888990919293949596979899100101102103104105106107108109110111112113114115116117118119120121122123124125126127128129130131132133134135136137138139140141142143144145146147148149150