Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; פֿון דָוִדן אַ מיזמור.

[2] האָפֿן געהאָפֿט האָב איך אױף ה׳, און ער האָט זיך גענײגט צו מיר, און צוגעהערט מײַן געשרײ.

[3] און ער האָט מיך אַרױפֿגעבראַכט פֿון דער װיסטער גרוב, פֿון דעם זומפּיקן לײם, און ער האָט געשטעלט אױף אַ פֿעלדז מײַנע פֿיס, ער האָט באַפֿעסטיקט מײַנע טריט.

[4] און ער האָט געגעבן אין מײַן מױל אַ נײַ געזאַנג, אַ לױב צו אלוקינו. פֿיל װעלן זען און װעלן פֿאָרכטן, און װעלן זיך פֿאַרזיכערן אױף ה׳.

[5] געבענטשט איז דער מענטש װאָס האָט געמאַכט ה׳ זײַן פֿאַרזיכערונג, און זיך נישט געװענדט צו די האָפֿערדיקע, און צו די װאָס קערן זיך אָפּ צו פֿאַלשקײט.

[6] פֿיל האָסטו אױפֿגעטאָן, ה׳ מײַן ג-ט – דײַנע װוּנדער און דײַנע טראַכטונגען פֿון אונדזערט װעגן; נישטאָ קײן גלײַכן צו דיר. זאָל איך דערצײלן און זאָגן, זײַנען זײ צו פֿיל אױסצורעכענען.

[7] שלאַכטאָפּפֿער און שפּײַזאָפּפֿער האַסט דו נישט פֿאַרלאַנגט, אָבער מײַנע אױערן האָסטו דו אױפֿגעמאַכט – בראַנדאָפּפֿער און זינדאָפּפֿער פֿאַרלאַנגסטו נישט.

[8] דערום האָב איך געזאָגט: זע, איך בין געקומען, אין די מגלה פֿון דעם סֵפֿר איז װעגן מיר געשריבן.

[9] צו טאָן דײַן רָצון, מײַן ג-ט, האָב איך באַגערט, און דײַן תּורה איז אין מײַנע אינגעװײד.

[10] איך האָב מבֿשׂר זײַן גערעכטיקײט אין אַ גרױס געזעמל; זע, מײַנע ליפּן טו איך נישט פֿאַרמײַדן; ה׳, דו װײסט דאָך.

[11] דײַן גערעכטיקײט האָב איך נישט פֿאַרדעקט אין מײַן האַרצן, דײַן טרײַשאַפֿט און דײַן הילף האָב איך דערצײלט; איך האָב נישט פֿאַרהױלן דײַן גענאָד און דײַן אמת פֿאַרן גרױסן געזעמל.

[12] נישט פֿאַרמײַדן זאָלסטו דו, ה׳, דײַן דערבאַרעמונג פֿון מיר, דײַן גענאָד און דײַן אמת זאָלן מיך תּמיד באַהיטן.

[13] װאָרעם אַרומגערינגלט האָבן מיך בײזן אַזש אָן צאָל, דערגרײכט האָבן מיך מײַנע זינד, אַז איך קען נישט זען; זײ זײַנען מער װי די האָר פֿון מײַן קאָפּ, און מײַן האַרץ האָט מיך פֿאַרלאָזן.

[14] באַװיליק, ה׳, מיך מציל צו זײַן, ה׳, אײַל מיר צו הילף.

[15] זאָל פֿאַרשעמט און צו שאַנד װערן אין אײנעם די װאָס זוכן מײַן לעבן, עס אומצוברענגען; זאָלן אָפּטרעטן אַהינטער און זיך שעמען די װאָס װינטשן מיר בײז.

[16] זאָלן באַנומען װערן פֿון װעגן זײער שאַנד די װאָס זאָגן אױף מיר: אַהאַ! אַהאַ!

[17] זאָלן זײַן לוסטיק און זיך פֿרײען מיט דיר אַלע װאָס זוכן דיך; זאָלן תּמיד זאָגן: געגרײסט זאָל זײַן ה׳! די װאָס האָבן ליב דײַן ישועה.

[18] און איך אָרימער און באַדערפֿטיקער – זאָל אֲדֹנָי דאָס מיר צורעכענען. דו ביסט מײַן הילף, און דער װאָס מאַכט מיך אַנטרינען; אָ מײַן ג-ט, זאָלסט זיך נישט זאַמען.

תְּהִלִּים — Chapters