[1] גיט אַ דאַנק צו ה׳, װאָרעם ער איז גוט, װאָרעם אױף אײביק איז זײַן חֶסֶד,
[2] זאָלן זאָגן די אױסגעלײזטע פֿון ה׳, װאָס ער האָט זײ אױסגעלײזט פֿון דער האַנט פֿון פֿײַנט,
[3] און פֿון די לענדער זײ אײַנגעזאַמלט, פֿון מזרח און פֿון מערבֿ, פֿון צפֿון און פֿון ים.
[4] זײ האָבן געבלאָנדזשעט אין מדבר אױף אַ װיסטן װעג, קײן שטאָט פֿון יִשובֿ נישט געפֿונען.
[5] הונגעריקע און דאָרשטיקע, איז זײער זעל געװען פֿאַרחלשט אין זײ.
[6] האָבן זײ געשריִען צו ה׳ אין זײער נױט, און ער האָט זײ מציל געװען פֿון זײער קלעם.
[7] און ער האָט זײ געפֿירט אױף אַ גלײַכן װעג, צו קומען צו אַ שטאָט פֿון יִשובֿ.
[8] זײ דאַרפֿן דאַנקען ה׳ פֿאַר זײַן חֶסֶד, און פֿאַר זײַנע װוּנדער צו די מענטשנקינדער.
[9] װאָרעם ער האָט געזעטיקט די פֿאַרשמאַכטע זעל, און די הונגעריקע זעל האָט ער אָנגעפֿילט מיט גוטס.
[10] די װאָס זײַנען געזעסן אין פֿינצטערניש און טױטשאָטן, געקײט אין פּײַן און אײַזן –
[11] װײַל זײ האָבן װידערשפּעניקט די װערטער פֿון אֵל, און די עצה פֿון דעם עליון געלעסטערט;
[12] און ער האָט אונטערטעניקט מיט לײַד זײער האַרץ; זײ זײַנען געשטרױכלט געװאָרן, און נישט געװען קײן העלפֿער –
[13] האָבן זײ געשריִען צו ה׳ אין זײער נױט, און ער האָט זײ געהאָלפֿן פֿון זײער קלעם.
[14] ער האָט זײ אַרױסגעצױגן פֿון פֿינצטערניש און טױטשאָטן, און זײערע בינדשטריק האָט ער צעריסן.
[15] זײ דאַרפֿן דאַנקען ה׳ פֿאַר זײַן חֶסֶד, און פֿאַר זײַנע װוּנדער צו די מענטשנקינדער.
[16] װאָרעם ער האָט צעבראָכן די קופּערנע טירן, און די אײַזערנע ריגלען צעהאַקט.
[17] נאַרן האָבן פֿאַר זײער זינדיקן װעג און פֿאַר זײערע פֿאַרברעכן געליטן;
[18] זײער זעל האָט זיך געעקלט מיט איטלעכער שפּײַז, און זײ האָבן דערגרײכט ביז די טױערן פֿון טױט.
[19] האָבן זײ געשריִען צו ה׳ אין זײער נױט, און ער האָט זײ געהאָלפֿן פֿון זײער קלעם.
[20] ער האָט געשיקט זײַן װאָרט און זײ געהײלט, און געמאַכט אַנטרינען פֿון זײערע קבֿרים.
[21] זײ דאַרפֿן דאַנקען ה׳ פֿאַר זײַן חֶסֶד, און פֿאַר זײַנע װוּנדער צו די מענטשנקינדער.
[22] און זײ דאַרפֿן שלאַכטן דאַנקאָפּפֿער, און דערצײלן זײַנע מעשׂים מיט געזאַנג.
[23] די װאָס נידערן אין שיפֿן אױפֿן ים, די װאָס טוען מסחר אױף גרױסע װאַסערן,
[24] זײ האָבן געזען די מעשׂים פֿון ה׳, און זײַנע װוּנדער אױף דער טיפֿעניש.
[25] װאָרעם ער האָט געהײסן און געמאַכט אױפֿשטײן אַ שטורעמװינט, װאָס האָט אױפֿגעהױבן זײַנע אינדן.
[26] זײ זײַנען אַרױף ביזן הימל, גענידערט ביז די תּהומען, זײער זעל איז צעגאַנגען פֿון אַנגסט.
[27] זײ האָבן זיך געדרײט און געװאָרפֿן װי אַ שיכּורער, און זײער גאַנצע חכמה איז צעמישט געװאָרן.
[28] האָבן זײ געשריִען צו ה׳ אין זײער נױט, און ער האָט זײ אַרױסגעצױגן פֿון זײער קלעם.
[29] ער האָט אײַנגעשטעלט דעם שטורעם אין שטילקײט, און אַנטשװיגן געװאָרן זײַנען די אינדן.
[30] און זײ האָבן זיך געפֿרײט װאָס זײ זײַנען אײַנגעשטילט, און ער האָט זײ געפֿירט צו דעם באָרטן פֿון זײער באַגער.
[31] זײ דאַרפֿן דאַנקען ה׳ פֿאַר זײַן חֶסֶד, און פֿאַר זײַנע װוּנדער צו די מענטשנקינדער.
[32] און זײ דאַרפֿן אים דערהײבן אין דער אײַנזאַמלונג פֿון פֿאָלק, און אין דער זיצונג פֿון די עלטסטע אים לױבן.
[33] ער מאַכט שטראָמען פֿאַר אַ מדבר, און אױסגאַנגען װאַסער פֿאַר אַ דאָרשטעניש;
[34] אַ פֿרוכטיק לאַנד פֿאַר אַ זאַלצװיסטעניש, פֿון װעגן דער שלעכטיקײט פֿון די װױנער אין איר.
[35] ער מאַכט אַ מדבר פֿאַר אַ טײַך װאַסער, און אַ טרוקן לאַנד פֿאַר אױסגאַנגען װאַסער.
[36] און ער באַזעצט דאָרטן די הונגעריקע, און זײ שטעלן אױף אַ שטאָט פֿון יִשובֿ.
[37] און זײ פֿאַרזײען פֿעלדער, און פֿלאַנצן װײַנגערטנער, װאָס ברענגען פֿרוכט צום אײַנקום.
[38] און ער בענטשט זײ, און זײ מערן זיך זײער, און ער לאָזט נישט זײערע בהמות זײַן װינציק.
[39] און אַנדערע װערן געמינערט און געבױגן, פֿון דער דריקעניש פֿון אומגליק און קומער.
[40] ער גיסט אױס פֿאַראַכטונג אױף פֿירשטן, און מאַכט זײ בלאָנדזשען אין אַ װיסטע אָן אַ װעג.
[41] און ער הײבט אױף דעם אבֿיון פֿון אָרימקײט, און מאַכט װי שאָף זײַנע משפּחות.
[42] די רעכטפֿאַרטיקע זעען און פֿרײען זיך, און איטלעך אומרעכט מאַכט צו זײַן מױל.
[43] װער עס איז קלוג, זאָל מערקן דאָס דאָזיקע, און זאָלן זײ באַטראַכטן די חסדים פֿון ה׳.