[1] פֿאַר װאָס רודערן די פֿעלקער, און די אומות טוען ברומען אומנישט?
[2] די מלכים פֿון דער ערד שטעלן זיך אױף, און די פֿירשטן עצהן זיך אין אײנעם אױף ה׳ און אױף זײַן געזאַלבטן:
[3] לאָמיר צערײַסן זײערע בינד, און אַראָפּװאַרפֿן פֿון אונדז זײערע שטריק.
[4] דער װאָס זיצט אין הימל לאַכט, אֲדֹנָי טוט שפּעטן פֿון זײ.
[5] דענצמאָל װעט ער רעדן צו זײ אין זײַן כּעס, און אין זײַן גרימצאָרן װעט ער זײ דערשרעקן:
[6] דאָס האָב איך דאָך אױפֿגעשטעלט מײַן מלך אױף צִיוֹן מײַן הײליקן באַרג.
[7] לאָמיר דערצײלן פֿון דער באַשערונג: ה׳ האָט מיר געזאָגט: מײַן זון ביסטו, איך האָב הײַנט דיך געבאָרן.
[8] בעט בײַ מיר, און איך װעל געבן פֿעלקער פֿאַר דײַן אַרב, און פֿאַר דײַן אײגנטום די עקן פֿון דער ערד.
[9] װעסט זײ צעברעכן מיט אַן אײַזערנער רוט, װי אַ טעפּערגעפֿעס זײ צעפּיצלען.
[10] און אַצונד, איר מלכים, באַטראַכט, לאָזט אײַך לערנען, איר ריכטער פֿון דער ערד.
[11] דינט ה׳ מיט מורא, און שױדערט אין ציטערניש.
[12] קישט דעם זון, כּדי ער זאָל נישט צערענען, און איר װעט אומקומען פֿון דעם װעג, אַז זײַן כּעס װעט זיך אָנצינדן באַלד; װױל איז צו אַלע װאָס שיצן זיך אין אים.