Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַל-תַּשחֵת; אַ מיזמור פֿון אָסָפֿן, אַ געזאַנג.

[2] מיר לױבן דיך, אלֹקים, מיר לױבן, און נאָנט איז דײַן נאָמען; מע דערצײלט דײַנע װוּנדער.

[3] אַז איך נעם אַ צײַט, טו איך משפּטן מיט יושר.

[4] מעגן זיך װאַקלען די ערד און אַלע אירע באַװױנער, איך טו באַפֿעסטיקן אירע זײַלן. סֶלָה.

[5] איך זאָג צו די מוטװיליקע: איר זאָלט נישט מוטװיליקן, און צו די רשעים: איר זאָלט נישט אױפֿהײבן דעם האָרן.

[6] איר זאָלט נישט אױפֿהײבן אין דער הײך אײַער האָרן, נישט רעדן מיט אַ פֿאַרשײַטן האַלדז.

[7] װאָרעם נישט פֿון מזרח אָדער פֿון מערבֿ, און נישט פֿון מדבר, קומט דערהײכונג.

[8] נאָר אלֹקים איז דער ריכטער: דעם דערנידערט ער, און דעם דערהײכט ער.

[9] װאָרעם אַ כָּוס איז אין דער האַנט פֿון ה׳, מיט װײַן װאָס שױמט, מיט מישגעטראַנק פֿול, און ער גיסט אָן דערפֿון; בלױז די הײװן דערפֿון זופּן-טרינקען אַלע רשעים פֿון דער ערד.

[10] אָבער איך װעל אײביק דערצײלן, איך װעל זינגען צום אלוקי יעקבֿ.

[11] און אַלע הערנער פֿון די רשעים װעל איך אָפּהאַקן; דערהײכט װעלן װערן די הערנער פֿון די צדיקים.

תְּהִלִּים — Chapters