[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף סטרונעשפּיל; פֿון דָוִדן.
[2] הער צו, אלֹקים, מײַן געשרײ, פֿאַרנעם מײַן תּפֿילה.
[3] פֿון עק פֿון דער ערד רוף איך צו דיר, װען מײַן האַרץ פֿאַרגײט; אױף דעם פֿעלדז װאָס איז צו הױך פֿאַר מיר, זאָלסטו מיך אַרױפֿפֿירן.
[4] װאָרעם דו ביסט מיר געװען אַ באַשיצונג, אַ טורעם פֿון שטאַרקײט אַקעגן דעם פֿײַנט.
[5] איך װעל אײביק װױנען אין דײַן געצעלט. איך װעל מיך שיצן אין דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון דײַנע פֿליגלען. סֶלָה.
[6] װאָרעם דו, אלֹקים, האָסט צוגעהערט צו מײַנע נדרים; האָסט געגעבן די אַרב פֿון די װאָס פֿאָרכטן דײַן נאָמען.
[7] טעג צו די טעג פֿון דעם מלך זאָלסטו צולײגן, זײַנע יאָרן זאָלן זײַן װי אַ דור אױף אַ דור.
[8] טראָנען זאָל ער אײביק פֿאַר אלֹקים; גענאָד און טרײַשאַפֿט באַשער, זײ זאָלן אים היטן.
[9] אַזױ װעל איך באַזינגען דײַן נאָמען אױף אײביק, װען איך באַצאָל מײַנע נדרים טאָגטעגלעך.