[1] אַ באַטראַכטונג פֿון אֵיתָן דעם אֶזרָחי.
[2] די חסדים פֿון ה׳ װעל איך אײביק זינגען, אױף דור-דורות װעל איך באַקאַנט מאַכן דײַן טרײַשאַפֿט מיט מײַן מױל.
[3] װאָרעם איך זאָג: אױף אײביק געבױט איז די גענאָד, די הימלען, אין זײ האָסטו באַפֿעסטיקט דײַן טרײַשאַפֿט:
[4] איך האָב געשלאָסן אַ ברית צו מײַן אױסדערװײלטן, איך האָב געשװאָרן צו דָוִד מײַן קנעכט:
[5] אױף אײביק װעל איך אױפֿשטעלן דײַן זאָמען, און אױף דור-דורות װעל איך אױפֿבױען דײַן טראָן. סֶלָה.
[6] און די הימלען לױבן דײַנע װוּנדער, ה׳, אױך דײַן טרײַשאַפֿט אין דער אײַנזאַמלונג פֿון די הײליקע.
[7] װאָרעם װער אין הימל קען זיך גלײַכן צו ה׳? װער איז געגליכן צו ה׳ צװישן די מאַכטיקע?
[8] אֵל איז פֿאָרכטיק זײער אין דעם באַראָט פֿון די הײליקע, און מוראדיק פֿאַר אַלע זײַנע אַרומיקע.
[9] ה׳ דו אלוקי צבָֿאוֹת, װער איז אַזױ שטאַרק װי דו, ג-ט? און דײַנע געטרײַע זײַנען רונד אַרום דיר.
[10] דו געװעלטיקסט איבער דער שטאָלצקײט פֿון ים, אַז זײַנע װעלן הײבן זיך, טוסט דו זײ אײַנשטילן.
[11] דו האָסט צעדריקט װי אַ דערשלאָגענעם, רַהַבֿ, מיט דײַן שטאַרקן אָרעם האָסטו צעשפּרײט דײַנע פֿײַנט.
[12] דײַן איז דער הימל, דײַן אױך די ערד; די װעלט און איר פֿולקײט, זײ האָסט דו געגרונטפֿעסט.
[13] צפֿון און דָרום – זײ האָסט דו באַשאַפֿן, תָּבֿוֹר און חֶרמוֹן זינגען פֿון דײַן נאָמען.
[14] דו האָסט אַן אָרעם מיט גבֿורה, דײַן האַנט איז שטאַרק, דײַן רעכטע איז דערהױבן.
[15] רעכט און גערעכטיקײט זײַנען דאָס געשטעל פֿון דײַן טראָן, גענאָד און אמת זײַנען פֿאַר דײַן פּנים.
[16] װױל צו דעם פֿאָלק װאָס װײס דײַן לײַטזעליקײט, װאָס גײען, ה׳, אין ליכט פֿון דײַן פּנים.
[17] מיט דײַן נאָמען פֿרײען זײ זיך אַ גאַנצן טאָג, און דורך דײַן גערעכטיקײט װערן זײ דערהױבן.
[18] װאָרעם דו ביסט די פּראַכט פֿון זײער שטאַרקײט, און דורך דײַן גוטװיליקײט װערט דערהױבן אונדזער האָרן.
[19] װאָרעם ה׳, ער איז אונדזער שילד, און דער הײליקער פֿון יִשׂרָאֵל, ער איז אונדזער קיניג.
[20] האָסט אַ מאָל אין אַ זעונג גערעדט צו דײַנע פֿרומע, און האָסט געזאָגט: איך האָב אַרױפֿגעטאָן הילף אױף אַ גיבור, איך האָב דערהױבן אַן אױסדערװײלטן פֿון פֿאָלק.
[21] איך האָב געפֿונען דָוִד מײַן קנעכט, איך האָב מיט מײַן הײליקן אײל אים געזאַלבט;
[22] אַז מײַן האַנט זאָל זײַן פֿעסט מיט אים, און מײַן אָרעם זאָל אים שטאַרקן.
[23] קײן פֿײַנט זאָל נישט מאָנען פֿון אים, און קײן באַעװלער זאָל אים נישט פּײַניקן.
[24] און איך װעל צעשטױסן זײַנע דריקער פֿון פֿאַר אים, און זײַנע שָׂונאים װעל איך שלאָגן.
[25] און מײַן טרײַשאַפֿט און מײַן חֶסֶד װעלן זײַן מיט אים, און דורך מײַן נאָמען װעט דערהױבן װערן זײַן האָרן.
[26] און איך װעל אַרױפֿטאָן אױפֿן ים זײַן האַנט, און אױף די טײַכן זײַן רעכטע.
[27] ער װעט מיך רופֿן: מײַן פֿאָטער ביסטו, מײַן ג-ט, און דער פֿעלדז פֿון מײַן הילף;
[28] אױך איך װעל אים מאַכן פֿאַרן בכוֹר, פֿאַרן אױבערשטער איבער די מלכים פֿון דער ערד.
[29] אױף אײביק װעל איך אים היטן מײַן חֶסֶד, און מײַן ברית װעט אים בלײַבן געטרײַ.
[30] און איך װעל אָנהאַלטן שטענדיק זײַן זאָמען, און זײַן טראָן װי די טעג פֿון די הימלען.
[31] אַז זײַנע קינדער װעלן פֿאַרלאָזן מײַן תּורה, און אין מײַנע געזעצן װעלן זײ נישט גײן;
[32] אַז מײַנע חוקים װעלן זײ פֿאַרשװעכן, און מײַנע געבאָט װעלן זײ נישט היטן;
[33] װעל איך שטראָפֿן מיט אַ רוט זײער פֿאַרברעך, און מיט פּלאָגן זײער זינד.
[34] אָבער מײַן חֶסֶד װעל איך נישט פֿאַרשטערן פֿון אים, און נישט פֿעלשן אָן מײַן טרײַשאַפֿט.
[35] איך װעל נישט פֿאַרשװעכן מײַן ברית, און דעם אַרױסלאָז פֿון מײַנע ליפּן װעל איך נישט בײַטן.
[36] אײן מאָל האָב איך געשװאָרן אין מײַן הײליקײט: אױב איך װעל פֿעלשן אָן דָוִדן!
[37] זײַן זאָמען זאָל זײַן אײביק, און זײַן טראָן װי די זון פֿאַר מיר.
[38] אַזױ װי די לבֿנה זאָל ער אײביק באַשטײן, און װי דער געטרײַער עדות אין הימל. סֶלָה.
[39] אָבער דו האָסט פֿאַרלאָזן און פֿאַראַכט, האָסט זיך פֿאַרצאָרנט אױף דײַן געזאַלבטן.
[40] האָסט אַװעקגעװאָרפֿן דעם ברית פֿון דײַן קנעכט, האָסט פֿאַרשװעכט צו דער ערד זײַן קרױן.
[41] האָסט צעבראָכן אַלע זײַנע צאַמען, האָסט געמאַכט פֿון זײַנע פֿעסטונגען אַ תֶּל.
[42] צערױבט האָבן אים אַלע װעגגײער, ער איז געװאָרן אַ חרפּה בײַ זײַנע שכנים.
[43] האָסט דערהױבן די רעכטע האַנט פֿון זײַנע דריקער, האָסט דערפֿרײט אַלע זײַנע פֿײַנט.
[44] אױך האַלטסטו צוריק דעם שאַרף פֿון זײַן שװערד און האָסט אים נישט געלאָזט אױפֿשטײן אין מלחמה.
[45] האָסט פֿאַרשטערט זײַן לױטערקײט, און געשלײַדערט זײַן טראָן צו דער ערד.
[46] האָסט געקירצט די טעג פֿון זײַן יוגנט, האָסט אים מיט בושה באַדעקט. סֶלָה.
[47] ביז װאַנען, ה׳, װעסטו זיך פֿאַרבאָרגן נאָכאַנאַנד? װעט ברענען װי אַ פֿײַער דײַן גרימצאָרן?
[48] געדענק, װאָס איז מײַן געדױער; צו װאָס פֿאַר נישטיקײט דו האָסט באַשאַפֿן אַלע מענטשנקינדער.
[49] װאָסער מענטש קען לעבן און נישט זען דעם טױט? מאַכן אַנטרינען זײַן זעל פֿון דער האַנט פֿון דער שְׁאֹול? סֶלָה.
[50] װוּ זײַנען דײַנע פֿריִערדיקע חסדים, אֲדֹנָי, װאָס דו האָסט געשװאָרן דָוִדן אין דײַן טרײַשאַפֿט?
[51] געדענק, אֲדֹנָי, די לעסטערונג פֿון דײַנע קנעכט, װאָס איך טראָג אין מײַן בוזעם פֿון אַל די פֿיל פֿעלקער;
[52] װאָס דײַנע פֿײַנט, ה׳, לעסטערן, װאָס זײ לעסטערן די טריט פֿון דײַן געזאַלבטן.
[53] ברוך ה׳ אײביק, אָמן און אָמן!