[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, פֿון דָוִדן. אין ה׳ טו איך מיך שיצן; װי קענט איר זאָגן צו מײַן זעל: אַנטלױף! צו אײַער באַרג, איר פֿױגלען?
[2] װאָרעם זע, די רשעים שפּאַנען דעם בױגן, זײ האָבן אָנגעשטעלט זײער פֿײַל אױפֿן שטריקל, צו שיסן אין דער פֿינצטער די רעכטפֿאַרטיקע הערצער
[3] אַז די גרונטזײַלן װערן צעשטערט, װאָס קענען די צדיקים טאָן?
[4] ה׳ איז אין זײַן הײליקן הֵיכל, ה׳ – זײַן טראָן איז אין הימל; זײַנע אױגן זעען, זײַנע ברעמען פּרוּװן די מענטשנקינדער.
[5] ה׳ פּרוּװט דעם צדיק, אָבער דער רשע און דעם װאָס האָט ליב רױב, האָט פֿײַנט זײַן זעל.
[6] ער װעט מאַכן רעגענען אױף די רשעים קױלן, פֿײַער, און שװעבל; און אַ ברענעדיקער װינט איז זײער צוגעטײלטער כָּוס.
[7] װאָרעם גערעכט איז ה׳, די רעכטפֿאַרטיקע װעלן זען זײַן פּנים.
תְּהִלִּים — Chapters
123456789101112131415161718192021222324252627282930313233343536373839404142434445464748495051525354555657585960616263646566676869707172737475767778798081828384858687888990919293949596979899100101102103104105106107108109110111112113114115116117118119120121122123124125126127128129130131132133134135136137138139140141142143144145146147148149150