Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ באַטראַכטונג פֿון דָוִדן,

[2] װען דוֹאֵג דער אַדוֹמי איז געקומען, און האָט דערצײלט שָאולן, און אים אָנגעזאָ: דָוִד איז געקומען אין אַחימֶלֶכס הױז.

[3] װאָס פּראָלסטו זיך מיט בײז, דו מאַכטיקער? דער חֶסֶד פֿון אֵל איז אַלע טאָג.

[4] אומגליקן טראַכט דײַן צונג, װי אַ שאַרפֿער גאָלמעסער װאָס אַרבעט פֿאַלש.

[5] האָסט ליב בײז מער װי גוטס, ליגן אײדער רעדן גערעכטיקײט. סֶלָה.

[6] האָסט ליב אַלע גערײד פֿון צעשטערונג, דו צונג פֿון באַטרוג.

[7] װעט אױך אֵל דיך צעברעכן אױף אײביק, דיך אַרױסשאַרן און אַרױסרײַסן פֿון געצעלט, און דיך אױסװאָרצלען פֿון לאַנד פֿון די לעבעדיקע. סֶלָה.

[8] און די צדיקים װעלן זען און װעלן פֿאָרכטן, און זײ װעלן לאַכן איבער אים:

[9] אָן איז דער מאַן װאָס האָט נישט געמאַכט אלֹקים פֿאַר זײַן פֿעסטונג, און האָט זיך פֿאַרזיכערט אױף זײַן גרױס עשירות; װאָס איז פֿאַרשײַט געװען אין זײַן געריקײט.

[10] אָבער איך בין װי אַ צװײַגהאַפֿטיקער אײלבערטבױם אין דעם הױז פֿון אלֹקים, איך פֿאַרזיכער מיך אױף ג-טס חֶסֶד אײביק און שטענדיק.

[11] איך װעל אײביק דיר דאַנקען, װאָס דו האָסט זיך אײַנגעשטעלט, און איך װעל האָפֿן צו דײַן נאָמען װײַל ער איז גוט, אַנטקעגן פֿאַר דײַנע פֿרומע.

תְּהִלִּים — Chapters