Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿון דָוִדן. ה׳ איז מײַן ליכט און מײַן הילף, פֿאַר װעמען זאָל איך מורא האָבן? ה׳ איז די פֿעסטונג פֿון מײַן לעבן, פֿאַר װעמען זאָל איך אַנגסטן?

[2] אַז די שלעכטסטוער גענענען צו מיר צו עסן מײַן פֿלײש – מײַנע דריקער און מײַנע פֿײַנט – װערן זײ געשטרױכלט און פֿאַלן.

[3] אַז אַ מחנה זאָל לאַגערן אױף מיר, װעט נישט מורא האָבן מײַן האַרץ; אַז אַ מלחמה זאָל אָנשטײן אױף מיר, בין איך פֿון דעסט װעגן זיכער.

[4] אײנס האָב איך פֿאַרלאַנגט פֿון ה׳, דאָס טו איך בעטן: איך זאָל זיצן אין הױז פֿון ה׳ אַלע טעג פֿון מײַן לעבן, צו זען די ליבלעכקײט פֿון ה׳, און זיך צו פֿעדערן אין זײַן הֵיכל.

[5] װאָרעם ער באַהאַלט מיך אין זײַן בײַדל, אין דעם טאָג פֿון בײז, ער פֿאַרבאָרגט מיך אין דער פֿאַרבאָרגעניש פֿון זײַן געצעלט, אױף אַ פֿעלדז טוט ער מיך דערהײבן.

[6] און אַצונד װעט זיך הײבן מײַן קאָפּ איבער מײַנע פֿײַנט רונד אַרום מיר, און איך װעל שלאַכטן אין זײַן געצעלט שלאַכטאָפּפֿער מיט געשאַל, איך װעל זינגען און שפּילן צו ה׳.

[7] הער, ה׳, מײַן קֹול – טו איך רופֿן – און לײַטזעליק מיך, און ענטפֿער מיר.

[8] מײַן האַרץ זאָגט פֿאַר דיר: זוכט מײַן פּנים! דײַן פּנים, ה׳, טו איך זוכן.

[9] זאָלסט נישט פֿאַרבאָרגן דײַן פּנים פֿון מיר, זאָלסט נישט אָפּנײַגן אין צאָרן דײַן קנעכט; ביסט מײַן הילף געװען, זאָלסט מיך נישט אַװעקװאַרפֿן, און זאָלסט מיך נישט פֿאַרלאָזן, אלֹקים פֿון מײַן ישועה.

[10] אַפֿילו מײַן פֿאָטער און מײַן מוטער זאָלן מיך פֿאַרלאָזן, װעט אָבער ה׳ מיך אַרײַננעמען.

[11] װײַז מיר, ה׳, דײַן װעג, און פֿיר מיך אין גלײַכן שטעג, פֿון װעגן מײַנע לױערער.

[12] זאָלסט מיך נישט געבן אױף דעם באַראָט פֿון מײַנע פֿײַנט; װאָרעם פֿאַלשע עדות זײַנען אױפֿגעשטאַנען קעגן מיר, און דער װאָס אָטעמט מיט אומרעכט.

[13] װען איך װאָלט נישט געגלױבט צו זען דאָס גוטס פֿון ה׳, אין לאַנד פֿון די לעבעדיקע! –

[14] האָף צו ה׳, זײַ שטאַרק, און זאָל פֿעסט זײַן דײַן האַרץ; יאָ, האָף צו ה׳.

תְּהִלִּים — Chapters