[1] אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען; פֿון דָוִדן. איך פֿרײ זיך אַז מע זאָגט מיר: לאָמיר גײן אין הױז פֿון ה׳.
[2] אונדזערע פֿיס שטײען אין דײַנע טױערן, ירושָלַיִם;
[3] ירושָלַיִם װאָס איז אױפֿגעבױט װי אַ שטאָט װאָס איז זיך באַהעפֿט אין אײנעם;
[4] װאָס אַהין גײען אַרױף די שבֿטים, די שבֿטים פֿון ג-ט, פֿאַר אַן צײגנים צו יִשׂרָאֵל, צו דאַנקען דעם נאָמען פֿון ה׳.
[5] װאָרעם דאָרטן שטײען טראָנען פֿון משפּט, די טראָנען פֿון דָוִדס הױז.
[6] בעט פֿאַר דעם שלום פֿון ירושָלַיִם; זאָלן אין שלװה זײַן אַלע דײַנע ליבהאָבער.
[7] זאָל זײַן שלום אין דײַן מױער, שלװה אין דײַנע פּאַלאַצן.
[8] פֿון װעגן מײַנע ברידער און מײַנע חבֿרים לאָמיך זאָגן: שלום אין דיר!
[9] פֿון װעגן דעם הױז פֿון ה׳ אלוקינו װינטש איך דיר גוטס.
תְּהִלִּים — Chapters
123456789101112131415161718192021222324252627282930313233343536373839404142434445464748495051525354555657585960616263646566676869707172737475767778798081828384858687888990919293949596979899100101102103104105106107108109110111112113114115116117118119120121122123124125126127128129130131132133134135136137138139140141142143144145146147148149150