Skip to content
Opens in a new window

[1] אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען. װױל צו איטלעכן װאָס פֿאָרכט ה׳, װאָס גײט אין זײַנע װעגן.

[2] די מי פֿון דײַנע הענט אַז דו עסט, װױל איז צו דיר, און גוט איז צו דיר.

[3] דײַן װײַב װי אַ פֿרוכטיקער װײַנשטאָק, אין די װינקלען פֿון דײַן הױז; דײַנע קינדער װי אײלבערטפֿלאַנצן, רונד אַרום דײַן טיש.

[4] יאָ, אָט אַזױ װערט געבענטשט דער מאַן װאָס פֿאָרכט ה׳.

[5] ה׳ זאָל דיך בענטשן פֿון צִיוֹן, און זע דאָס גוטס פֿון ירושָלַיִם אַלע טעג פֿון דײַן לעבן;

[6] און זע קינדער בײַ דײַנע קינדער. שלום אױף יִשׂרָאֵל!

תְּהִלִּים — Chapters