Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿון דָוִדן. טו מיר רעכט, ה׳, װאָרעם איך בין געגאַנגען אין מײַן ערלעכקײט, און איך האָב מיך פֿאַרזיכערט אױף ה׳, זיך נישט געװאַקלט.

[2] פּרוּװ מיך, ה׳, און פּרוביר מיך, לײַטער מײַנע נירן און מײַן האַרץ.

[3] װאָרעם דײַן חֶסֶד איז פֿאַר מײַנע אױגן, און איך גײ אין דײַן אמת.

[4] איך בין נישט געזעסן מיט פֿאַלשע מענטשן, און מיט פֿאַרשטעלטע קום איך נישט צונױף.

[5] איך האָב פֿײַנט דאָס געזעמל פֿון שלעכטסטוער, און מיט רשעים טו איך נישט זיצן.

[6] איך װאַש אין רײנקײט מײַנע הענט, און איך גײ אַרום דײַן מזבח, ה׳,

[7] צו לאָזן הערן אַ קֹול פֿון דאַנק, און צו דערצײלן אַלע דײַנע װוּנדער.

[8] ה׳, איך האָב ליב די װױנונג פֿון דײַן הױז, און דעם אָרט פֿון דער רוּונג פֿון דײַן כּבֿוד.

[9] זאָלסט נישט אײַנטאָן מיט זינדיקע מײַן זעל, און מיט בלוטיקע לײַט מײַן לעבן,

[10] װאָס אין זײערע הענט איז ליסטיקײט, און זײער רעכטע איז פֿול שוחד.

[11] אָבער איך גײ אין מײַן ערלעכקײט; לײז מיך אױס, און לײַטזעליק מיך.

[12] װען מײַן פֿוס שטײט אױף גלײַכן, װעל איך אין געזעמלען לױבן ה׳.

תְּהִלִּים — Chapters