[1] אַ מיזמור פֿון אָסָפֿן. אלֹקים, פֿעלקער זײַנען געקומען אין דײַן אַרב; זײ האָבן פֿאַראומרײניקט דײַן הײליקן הֵיכל, זײ האָבן געמאַכט ירושָלַיִם פֿאַר הױפֿנס.
[2] זײ האָבן געגעבן די טױטע לײַבער פֿון דײַנע קנעכט פֿאַר שפּײַז צו דעם פֿױגל פֿון הימל, דאָס פֿלײש פֿון דײַנע פֿרומע צו דער חיה פֿון דער ערד.
[3] זײ האָבן פֿאַרגאָסן זײער בלוט אַזױ װי װאַסער, אַרום ירושָלַיִם, און נישט געװען קײן באַגרעבער.
[4] מיר זײַנען געװאָרן אַ חרפּה בײַ אונדזערע שכנים, אַ געלעכטער און אַ שפּאָט בײַ אונדזערע אַרומיקע.
[5] ביז װען ה׳ װעסטו צערענען אױף אײביק? װעט ברענען װי פֿײַער דײַן קִנְאָה צאָרן?
[6] גיס אױס דײַן גרימצאָרן אױף די פֿעלקער װאָס קענען דיך נישט, און אױף די קיניגרײַכן װאָס רופֿן נישט דײַן נאָמען.
[7] װאָרעם מע האָט אױפֿגעגעסן יעקבֿ, און זײַן װױנונג האָבן זײ פֿאַרװיסט.
[8] זאָלסט אונדז נישט דערמאָנען די זינד פֿון די פֿריִערדיקע, גיך זאָל אונדז אַנטקעג? קומען דײַן דערבאַרעמונג, װאָרעם מיר זײַנען געפֿאַלן זײער.
[9] שטײ אונדז בײַ, אלֹקים פֿון אונדזער הילף, צוליב דעם כּבֿוד פֿון דײַן נאָמען, און זײַ אונדז מציל, און זײַ מכַפּר אױף אונדזערע זינד, פֿון װעגן דײַן נאָמען.
[10] נאָך װאָס זאָלן זאָגן די פֿעלקער: װוּ איז זײער ג-ט? זאָל באַװוּסט װערן צװישן די פֿעלקער פֿאַר אונדזערע אױגן די נקמה פֿאַר דעם פֿאַרגאָסענעם בלוט פֿון דײַנע קנעכט.
[11] זאָל קומען פֿאַר דיר דאָס קרעכצן פֿון געפֿאַנגענעם, לױט דער גרױסקײט פֿון דײַן אָרעם לאָז לעבן די אָנגעברײטע צום טױט,
[12] און קער אום אונדזערע שכנים זיבנפֿאַכיק אין זײער בוזעם, זײער לעסטערונג װאָס זײ האָבן דיך געלעסטערט, אֲדֹנָי.
[13] און מיר, דײַן פֿאָלק, און די שאָף פֿון דײַן פֿיטערונג, װעלן דיר דאַנקען אױף אײביק, אױף דור-דורות װעלן מיר דערצײלן דײַן לױב.