Skip to content
Opens in a new window

[1] אַ מיזמור פֿון אָסָפֿן. אלֹקים שטײט אין דער עדה פֿון אֵל, אין מיטן פֿון די ריכטער טוט ער משפּטן.

[2] ביז װאַנען װעט איר משפּטן אומגערעכט, און שױנען דעם פּנים פֿון די רשעים? סֶלָה.

[3] טוט רעכט דעם אָרעמאַן און דעם יתום, דעם געדריקטן און דעם באַדערפֿטיקן מאַכט גערעכט.

[4] מאַכט אַנטרינען דעם אָרעמאַן און דעם אבֿיון, פֿון דער האַנט פֿון די רשעים זײַט מציל.

[5] זײ װײסן נישט, און זײ פֿאַרשטײען נישט, אין פֿינצטערניש גײען זײ אום; אַלע גרונטפֿעסטן פֿון דער ערד פֿאַלן אום.

[6] איך װאָלט געזאָגט, אלֹקים זײַט איר, און זין פֿון דעם עליון זײַט איר אַלע.

[7] אָבער אַזױ װי אַ מענטש װעט איר שטאַרבן, און װי אײנער פֿון די האַרן װעט איר פֿאַלן.

[8] שטײ אױף, אלֹקים, משפּט די ערד, װאָרעם אַלע פֿעלקער זײַנען דײַן אַרב.

תְּהִלִּים — Chapters