Skip to content
Opens in a new window

[1] אַ געזאַנג; אַ מיזמור פֿון די קינדער פֿון קֹרַח; פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, אױף מַחלַת לעַנות; אַ באַטראַכטונג פֿון הֵימָן דעם אֶזרָחי.

[2] ה׳ דו אלֹקים פֿון מײַן הילף, בעת איך שרײַ בײַ נאַכט פֿאַר דיר,

[3] זאָל קומען מײַן תּפֿילה פֿאַר דיר; נײַג דײַן אױער צו מײַן רוף.

[4] װאָרעם זאַט מיט אומגליקן איז מײַן זעל, און מײַן לעבן האָט צו דער שְׁאֹול דערגרײכט.

[5] איך װער גערעכנט מיט גענידערטע אין גרוב, איך בין געװאָרן װי אַ מענטש אָן כּוֹח,

[6] אַן אָפּגעזונדערטער צװישן מתים; װי דערשלאָגענע װאָס ליגן אין קבֿר, װאָס דו דערמאָנסט זײ נישט מער, און זײ זײַנען פֿון דײַן האַנט אָפּגעשניטן.

[7] האָסט מיך אַרײַנגעטאָן אין דער אונטערשטער גרוב. אין פֿינצטערנישן, אין טיפֿענישן.

[8] אױף מיר האָט זיך אָנגעלײגט דײַן גרימצאָרן, און אַלע דײַנע אינדן דריקסטו אױף מיר. סֶלָה.

[9] האָסט דערװײַטערט מײַנע באַקענטע פֿון מיר, האָסט מיך געמאַכט אַן אומװערדיקײט בײַ זײ; איך בין אײַנגעשפּאַרט און קען נישט אַרױסגײן.

[10] מײַן אױג שמאַכט פֿון פּײַן; איך האָב דיך גערופֿן, ה׳, אַלע טאָג, איך האָב אױסגעשפּרײט צו דיר מײַנע הענט.

[11] װעסטו פֿאַר מתים טאָן װוּנדער? צי די טױטע װעלן אױפֿשטײן דיך לױבן? סֶלָה.

[12] װעט דערצײלט װערן אין קבֿר דײַן חֶסֶד? דײַן טרײַשאַפֿט אין אונטערגאַנג?

[13] װעלן באַקאַנט װערן אין דער פֿינצטערניש דײַנע װוּנדער? און דײַן גערעכטיקײט אין לאַנד פֿון פֿאַרגעסונג?

[14] אָבער איך, צו דיר, ה׳, שרײַ איך, און אין פֿרימאָרגן קומט פֿאַר דיר מײַן תּפֿילה.

[15] פֿאַר װאָס פֿאַרלאָזסטו, ה׳, מײַן זעל? פֿאַרבאָרגסטו דײַן פּנים פֿון מיר?

[16] איך בין געדריקט און גײ אײַן פֿון יוגנט אָן, איך טראָג דײַן אימה, איך בין צעדולט.

[17] איבער מיר איז דײַן גרימצאָרן אַריבער, דײַנע שרעקענישן האָבן מיך פֿאַרשניטן.

[18] זײ האָבן מיך אַרומגערינגלט װי אַ װאַסער אַ גאַנצן טאָג, זײ האָבן אין אײנעם מיך אַרומגענומען.

[19] האָסט דערװײַטערט פֿון מיר אַ גוטן פֿרײַנט און אַ חבֿר, מײַן באַקענטשאַפֿט איז די פֿינצטערניש.

תְּהִלִּים — Chapters