Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַל-תַּשחֵת; פֿון דָוִדן אַ מִכתָּם, װען ער איז אַנטלאָפֿן פֿון שָאולן אין דער הײל.

[2] לײַטזעליק מיך, אלֹקים, לײַטזעליק מיך, װאָרעם אין דיר האָט זיך געשיצט מײַן זעל, און אין שאָטן פֿון דײַנע פֿליגלען װעל איך מיך שיצן ביז די אומגליקן װעלן אַריבער.

[3] איך װעל רופֿן צו אלֹקים עליון אױבערשטער, צו אֵל װאָס פֿירט אױס פֿאַר מיר.

[4] ער װעט שיקן פֿון הימל, און מיך העלפֿן, מעג לעסטערן דער װאָס װיל מיך אײַנשלינגען, סֶלָה; אלֹקים װעט שיקן זײַן חֶסֶד און זײַן טרײַשאַפֿט.

[5] מײַן זעל איז צװישן לײבן, איך ליג צװישן מענטשנקינדער לָהוטע; זײערע צײן זײַנען שפּיזן און פֿײַלן, און זײער צונג אַ שװערד אַ שאַרפֿע.

[6] דערהײב דיך איבער די הימלען, אלֹקים, איבער דער גאַנצער ערד זאָל זײַן דײַן כּבֿוד.

[7] אַ נעץ האָבן זײ אָנגעברײט פֿאַר מײַנע טריט, מע האָט אײַנגעבױגן מײַן זעל; זײ האָבן געגראָבן פֿאַר מיר אַ גרוב, זײַנען זײ אַלײן אַרײַנגעפֿאַלן אין איר. סֶלָה.

[8] פֿעסט איז מײַן האַרץ, אלֹקים, פֿעסט איז מײַן האַרץ, איך װעל זינגען און שפּילן.

[9] דערװעק דיך, מײַן זעל, דערװעק דיך, גיטאַר און האַרף; לאָמיך אױפֿװעקן דעם באַגינען.

[10] איך װעל דיך לױבן צװישן די פֿעלקער, אָ אֲדֹנָי, איך װעל דיך באַזינגען צװישן די אומות.

[11] װאָרעם גרױס ביז די הימלען איז דײַן חֶסֶד, און ביז די װאָלקן דײַן טרײַשאַפֿט.

[12] דערהײב דיך איבער די הימלען, אלֹקים, איבער דער גאַנצער ערד זאָל זײַן דײַן כּבֿוד.

תְּהִלִּים — Chapters