[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ געזאַנג, אַ מיזמור. שאַלט צו אלֹקים, די גאַנצע ערד,
[2] באַזינגט די פּראַכט פֿון זײַן נאָמען, מאַכט פּראַכטיק זײַן לױב.
[3] זאָגט צו אלֹקים: װי פֿאָרכטיק איז דײַן װערק! דורך דײַן גרױס שטאַרקײט גײען אײַן פֿאַר דיר דײַנע פֿײַנט.
[4] די גאַנצע ערד זאָל זיך בוקן צו דיר און זינגען צו דיר; זײ זאָלן באַזינגען דײַן נאָמען. סֶלָה.
[5] קומט און זעט די מעשׂים פֿון אלֹקים; ער איז פֿאָרכטיק אין טוּונג פֿאַר די מענטשנקינדער.
[6] ער האָט פֿאַרקערט דעם ים אין יבשה, צו פֿוס זײַנען זײ אַריבער דעם טײַך; דענצמאָל האָבן מיר זיך געפֿרײט מיט אים.
[7] ער געװעלטיקט מיט זײַן גבֿורה אײביק, זײַנע אױגן קוקן אױף די פֿעלקער; זאָלן די אָפּקערער זיך נישט דערהײבן. סֶלָה.
[8] לױבט, איר פֿעלקער, אלוקינו, און לאָזט הערן דעם קֹול פֿון זײַן לױב;
[9] דער װאָס דערהאַלט אונדזער זעל בײַם לעבן, און האָט נישט געלאָזט זיך אױסגליטשן אונדזער פֿוס.
[10] װאָרעם האָסט אונדז געפּרוּװט, אלֹקים; האָסט אונדז געלײַטערט װי מע לײַטערט זילבער.
[11] האָסט אונדז געבראַכט אין אַ פֿעסטונג, האָסט אַרױפֿגעטאָן אַ קלעם אױף אונדזערע לענדן.
[12] האָסט געלאָזט רײַטן אַ מענטשן אױף אונדזער קאָפּ, מיר זײַנען געקומען אין פֿײַער און אין װאַסער, אָבער דו האָסט אונדז אַרױסגעצױגן אין זעטיקײט.
[13] איך װעל קומען אין דײַן הױז מיט בראַנדאָפּפֿער, איך װעל דיר באַצאָלן מײַנע נדרים,
[14] װאָס מײַנע ליפּן האָבן אַרױסגעלאָזט, און מײַן מױל האָט צוגעזאָגט אין מײַן נױט.
[15] פֿעטע בראַנדאָפּפֿער װעל איך דיר אױפֿברענגען, מיט דעמפֿונג פֿון װידערס; איך װעל מאַכן רינדער מיט בעק. סֶלָה.
[16] קומט הערט, אַלע יראי ה׳, און איך װעל דערצײלן װאָס ער האָט געטאָן צו מײַן זעל.
[17] איך האָב גערופֿן צו אים מיט מײַן מױל, און ער איז געװען דערהױבן אױף מײַן צונג.
[18] אַז איך װאָלט אױסגעװײלט אומרעכט אין מײַן האַרצן, װאָלט נישט צוגעהערט אֲדֹנָי.
[19] אָבער אלֹקים האָט צוגעהערט, ער האָט פֿאַרנומען דעם קֹול פֿון מײַן תּפֿילה.
[20] געלױבט איז אלֹקים װאָס ער האָט נישט אָפּגעטאָן מײַן תּפֿילה, און זײַן חֶסֶד פֿון מיר.