[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.
[2] ה׳ װעט דיר ענטפֿערן אין טאָג פֿון נױט, דיך װעט שטאַרקן דער נאָמען פֿון אלוקי יעקבֿ.
[3] ער װעט שיקן דײַן הילף פֿון הײליקטום, און פֿון צִיוֹן װעט ער דיך אונטערלענען.
[4] ער װעט אַכטן אױף אַלע דײַנע שפּײַזאָפּפֿער, און דאָס פֿעטס פֿון דײַן בראַנדאָפּפֿער װעט ער אָננעמען. סֶלָה.
[5] ער װעט דיר געבן לױט דײַן האַרצן, און דײַן יעטװעדער באַראָט װעט ער דערפֿילן.
[6] מיר װעלן זינגען אין דײַן ישועה, און אין נאָמען פֿון אלוקינו װעלן מיר אַ פֿאָן הײבן; ה׳ װעט דערפֿילן אַלע דײַנע פֿאַרלאַנגען.
[7] אַצונד װײס איך אַז ה׳ העלפֿט זײַן געזאַלבטן, ער װעט אים ענטפֿערן פֿון זײַן הײליקן הימל, מיט די באַהילפֿיקע גבֿורות פֿון זײַן רעכטער האַנט.
[8] די מיט רײַטװעגן, און די מיט פֿערד, אָבער מיר װעלן דערמאָנען דעם נאָמען פֿון ה׳ אלוקינו.
[9] זײ בײגן זיך און פֿאַלן, און מיר הײבן זיך און שטעלן זיך װידער.
[10] העלף דו, ה׳! זאָל דער קיניג אונדז ענטפֿערן אין טאָג װאָס מיר רופֿן.