Skip to content
Opens in a new window

[1] אַ תּפֿילה פֿון דָוִדן. הער צו, ה׳, גערעכטיקײט, האָרך צו מײַן געשרײ, פֿאַרנעם מײַן תּפֿילה פֿון ליפּן אָן פֿאַלשקײט.

[2] פֿון פֿאַר דיר זאָל מײַן משפּט אַרױסגײן, דײַנע אױגן זאָלן זען די ריכטיקײט.

[3] האָסט געפּרוּװט מײַן האַרץ, האָסט נאָכגעזוכט בײַ נאַכט, האָסט מיך געלײַטערט, און נישט געפֿונען איך זאָל טראַכטן װאָס דאַרף נישט אַריבער מײַן מױל.

[4] אין מעשׂים פֿון מענטשן, האָב איך, לױטן װאָרט פֿון דײַנע ליפּן, מיך געהיט פֿון די װעגן פֿון דעם פֿאַרשײַטן.

[5] מײַנע טריט האָבן זיך געהאַלטן אָן דײַנע שטעגן, נישט אױסגעגליטשט האָבן זיך מײַנע פֿיס.

[6] איך האָב דיך גערופֿן, װאָרעם דו װעסט מיר ענטפֿערן, אֵל; נײַג דײַן אױער צו מיר, הער צו מײַן װאָרט.

[7] מאַך װוּנדערלעך דײַנע חסדים, דו װאָס העלפֿסט די װאָס שיצן זיך פֿון אָנפֿאַלער אין דײַן רעכטער האַנט.

[8] היט מיך װי אַ שװאַרצאַפּל פֿון אױג, אין שאָטן פֿון דײַנע פֿליגלען זאָלסטו מיך פֿאַרבאָרגן

[9] פֿון די רשעים װאָס באַרױבן מיך, מײַנע שָׂונאים אום לעבן װאָס רינגלען מיך אַרום.

[10] זײער פֿעט האַרץ האָבן זײ פֿאַרשלאָסן, מיט זײער מױל רעדן זײ האָפֿערדיק.

[11] אױף אונדזער טריט האָבן זײ אַצונד אונדז אַרומגערינגלט, זײערע אױגן שטעלן זײ אָן אונדז צו נײַגן צו דער ערד.

[12] ער איז געגליכן צו אַ לײב װאָס גלוסט צו פֿאַרצוקן, און צו אַ יונגלײב װאָס זיצט אין פֿאַרבאָרגענישן.

[13] שטײ אױף, ה׳, גײ אים אַקעגן, װאַרף אים אַנידער, מאַך אַנטרינען מײַן זעל פֿון דעם רשע מיט דײַן שװערד,

[14] פֿון מענטשן, ה׳, מיט דײַן האַנט – פֿון מענטשן פֿון דער װעלט, װאָס זײער חלק איז בײַם לעבן, און מיט דײַן שאַץ פֿילסטו אָן זײער בױך; זאַט זײַנען זײערע קינדער, און זײ לאָזן זײער שפֿע צו זײערע יונגע.

[15] איך אָבער װעל זען דײַן פּנים אין גערעכטיקײט, איך װעל מיך זעטן אױפֿן װאַכן אין דײַן געשטאַלט.

תְּהִלִּים — Chapters