Skip to content
Opens in a new window

[1] אַ מיזמור פֿון דָוִדן. גיט צו ה׳, איר מאַכטיקע, גיט צו ה׳ כּבֿוד און שטאַרקײט,

[2] גיט צו ה׳ דעם כּבֿוד פֿון זײַן נאָמען, בוקט זיך צו ה׳ מיט הײליקן אָפּשײַ.

[3] דער קֹול פֿון ה׳ איז אױף די װאַסערן, דער אֵל פֿון פּראַכט טוט דונערן, ה׳ – אױף װאַסערן גרױסע.

[4] דער קֹול פֿון ה׳ איז מיט מאַכט, דער קֹול פֿון ה׳ איז מיט שײנקײט,

[5] דער קֹול פֿון ה׳ צעברעכט צעדערן, און ה׳ צעברעכט די צעדערן פֿון לבֿנוֹן.

[6] און ער מאַכט זײ שפּרינגען װי אַ קאַלב, לבֿנוֹן און שִׂריוֹן, װי אַ יונג װיזלטיר.

[7] דער קֹול פֿון ה׳ האַקט אױס פֿלאַמען פֿײַער.

[8] דער קֹול פֿון ה׳ מאַכט ציטערן דעם מדבר, ה׳ מאַכט ציטערן דעם מדבר פֿון קָדֵש.

[9] דער קֹול פֿון ה׳ מאַכט הינדינס געבערן און טוט װעלדער אַנטבלױזן; און אין זײַן הֵיכל זאָגט איטלעכער: פּראַכטיק!

[10] ה׳ האָט בײַם מבול געטראָנט, און ה׳ טראָנט װי אַ מלך אױף אײביק.

[11] ה׳ װעט זײַן פֿאָלק געבן שטאַרקײט, ה׳ װעט בענטשן זײַן פֿאָלק מיט שלום.

תְּהִלִּים — Chapters