Skip to content
Opens in a new window

[1] אַ מיזמור פֿון דָוִדן, װען ער איז אַנטלאָפֿן פֿון זײַן זון אַבֿשָלומען.

[2] ה׳, װי פֿיל זײַנען מײַנע פֿײַנט! פֿיל די װאָס שטײען אָן אױף מיר!

[3] פֿיל זאָגן אױף מײַן זעל: נישטאָ פֿאַר אים קײן הילף בײַ אלֹקים. סֶלָה.

[4] אָבער דו ה׳ ביסט אַ שילד פֿאַר מיר, מײַן כּבֿוד און דער דערהײבער פֿון מײַן קאָפּ.

[5] מיט מײַן קֹול טו איך רופֿן צו ה׳, און ער ענטפֿערט מיר פֿון זײַן הײליקן באַרג. סֶלָה.

[6] איך לײג זיך און שלאָף אײַן, איך װאַך אױף, װײַל ה׳ לענט מיך אונטער.

[7] איך האָב נישט מורא פֿאַר צענטױזנטן פֿאָלק, װאָס האָבן רונד אַרום זיך אָנגעזעצט אױף מיר.

[8] שטײ אױף, ה׳, העלף מיך מײַן ג-ט, װאָרעם האָסט געשלאָגן אַלע מײַנע פֿײַנט אױף דער באַק, די צײן פֿון די רשעים האָסטו צעבראָכן.

[9] בײַ ה׳ איז די הילף; זאָל קומען דײַן ברכה אױף דײַן פֿאָלק! סֶלָה.

תְּהִלִּים — Chapters