Skip to content
Opens in a new window

[1] אַ מִכתָּם פֿון דָוִדן. באַהיט מיך, אֵל, װאָרעם איך האָב מיך באַשיצט אין דיר.

[2] האָסט געזאָגט צו ה׳: אֲדֹנָי ביסטו, מײַן גוטס איז בלױז בײַ דיר.

[3] די הײליקע װאָס זײַנען אױף דער ערד, זײ זײַנען די פֿירשטן װאָס אַל מײַן באַגער איז צו זײ.

[4] זאָלן מערן זײערע געצן די װאָס אײַלן צו אַן אַנדערן; איך װעל נישט גיסן זײערע גיסאָפּפֿער פֿון בלוט, און נישט נעמען זײערע נעמען אױף מײַנע ליפּן.

[5] ה׳ איז מײַן באַשערטער טײל און מײַן בעכער; דו האַלטסט אױף מײַן גורל.

[6] חלקים זײַנען מיר צוגעפֿאַלן ליבלעכע, יאָ, אַ שײנע נחלה איז מיר אָנגעקומען.

[7] איך לױב ה׳, װאָס ער האָט מיר געראָטן, יאָ, אין די נעכט האָבן מיך מײַנע נירן געלערנט.

[8] איך האַלט ה׳ פֿאַר מיר תּמיד, װאָרעם אַז ער איז בײַ מײַן רעכטער האַנט, װעל איך נישט אומפֿאַלן.

[9] דערום איז פֿרײלעך מײַן האַרץ, און לוסטיק מײַן זעל, אױך מײַן לײַב רוט אין זיכערקײט.

[10] װאָרעם דו װעסט נישט איבערלאָזן מײַן נפֿש אין דעס שְׁאֹול, דו װעסט נישט לאָזן דײַן חָסִיד זען די פֿאַרדאָרבנקײט.

[11] װעסט מיך מאַכן װיסן דעם װעג פֿון לעבן; אַ זעטיקײט פֿון פֿרײדן איז פֿאַר דײַן פּנים, תּענוגים אין דײַן רעכטער האַנט אײביק.

תְּהִלִּים — Chapters