[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, פֿאַר ידותון; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.
[2] נאָר צו אלֹקים טוט האַרן מײַן זעל, פֿון אים איז מײַן הילף.
[3] נאָר ער איז מײַן פֿעלדז און מײַן הילף, מײַן פֿעסטונג, איך זאָל זיך נישט אױסגליטשן שטאַרק.
[4] ביז װאַנען װעט איר אָנפֿאַלן אױף אַ מענטשן? איר אַלע טוט הרגען װי אַ װאַנט אַן אײַנגעבױגענע, װי אַ מױער אַן אומגעפֿאַלענע.
[5] רַק זײ עֵצהן זיך פֿון זײַן הױכקײט אים אַראָפּצושטױסן; זײ האָבן הנאה פֿון ליגן; מיט זײער מױל בענטשן זײ, און אין זיך שילטן זײ. סֶלָה.
[6] נאָר צו אלֹקים, טו האַרן, מײַן זעל, װאָרעם פֿון אים איז מײַן האָפֿונג.
[7] נאָר ער איז מײַן פֿעלדז און מײַן הילף, מײַן פֿעסטונג, איך זאָל זיך נישט אױסגליטשן.
[8] בײַ אלֹקים איז מײַן הילף און מײַן כּבֿוד; דער פֿעלדז פֿון מײַן שטאַרקײט, מײַן באַשיצונג איז אין אלֹקים.
[9] פֿאַרזיכערט אײַך אױף אים אין יעטװעדער צײַט, איר פֿאָלק, גיסט אױס פֿאַר אים אײַער האַרץ; אלֹקים איז אונדז אַ באַשיצונג. סֶלָה.
[10] בלױז אַ הױך זײַנען די מענטשנקינדער, אַן אָפּנאַר די אָנגעזעענע לײַט; װען מע זאָל אױף אַ װאָגשאָל אַרױפֿלײגן, זײַנען זײ אין אײנעם אַ הױך.
[11] איר זאָלט אײַך נישט פֿאַרזיכערן אױף רױב, און נישט נאַרן אױף גזלה זאָלט איר אײַך. אַז דער פֿאַרמעג װאַקסט, זאָלט איר נישט לײגן קײן אַכט.
[12] אײן מאָל האָט אלֹקים גערעדט, צװײ מאָל האָב איך דאָס געהערט, אַז שטאַרקײט איז בײַ אלֹקים.
[13] און בײַ דיר, אָ אֲדֹנָי, איז גענאָד, װאָרעם דו באַצאָלסט איטלעכן לױט זײַנע מעשׂים.