Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער, מיט סטרונעשפּיל; אַ מיזמור פֿון דָוִדן.

[2] אַז איך רוף, ענטפֿער מיר, דו ג-ט פֿון מײַן גערעכטער; אין ענגעניש זאָלסטו מיר דערברײטערן; לײַטזעליק מיך, און הער צו מײַן תּפֿילה.

[3] איר מענטשנקינדער, ביז װאַנען װעט מײַן כּבֿוד צו שאַנד זײַן, װעט איר ליב האָבן נישטיקײט, װעט איר זוכן ליגן? סֶלָה.

[4] אָבער זײַט װיסן, אַז ה׳ שײדט אָפּ זײַן פֿרומען, ה׳ װעט הערן אַז איך װעל רופֿן צו אים.

[5] ציטערט און איר זאָלט נישט זינדיקן, באַקלערט אין אײַער האַרצן אױף אײַער געלעגער, און װערט אַנטשװיגן. סֶלָה.

[6] שלאַכט שלאַכטאָפּפֿער פֿון גערעכטיקײט, און פֿאַרזיכערט אײַך אױף ה׳.

[7] פֿיל זאָגן: װער װעט אונדז װײַזן גוטס? ה׳, הײב דאָס ליכט פֿון דײַן פּנים אױף אונדז.

[8] האָסט מיר געגעבן מער שׂימחה אין האַרצן, װי בעת זײער תּבֿואה און זײער װײַן זײַנען פֿיל.

[9] בשלום װי איך לײג זיך אַזױ שלאָף איך אײַן, װאָרעם דו ה׳ מאַכסט מיך װױנען באַזונדער אין זיכערקײט.

תְּהִלִּים — Chapters