[1] אַ געזאַנג, אַ מיזמור פֿון דָוִדן.
[2] פֿעסט איז מײַן האַרץ, אלֹקים, איך װעל זינגען און שפּילן, יאָ, מיט מײַן זעל.
[3] דערװעק דיך, גיטאַר און האַרף; לאָמיך אױפֿװעקן דעם באַגינען.
[4] איך װעל דיך לױבן, ה׳, צװישן די פֿעלקער, און דיך באַזינגען צװישן די אומות.
[5] װאָרעם גרױס איבער די הימלען איז דײַן חֶסֶד, און ביז די װאָלקן דײַן טרײַשאַפֿט.
[6] דערהײב דיך איבער די הימלען, אלֹקים, און איבער דער גאַנצער ערד זאָל זײַן דײַן כּבֿוד.
[7] כּדי דײַנע באַליבטע זאָלן דערלײזט װערן, העלף מיט דײַן רעכטער האַנט, און ענטפֿער מיר.
[8] אלֹקים האָט גערעדט אין זײַן הײליקײט, אַז איך װעל דערפֿרײט װערן; איך װעל צעטײלן שכֶם, און דעם טאָל סוכּוֹת װעל איך אױסמעסטן.
[9] מײַן איז גִלעָד, מײַן איז מנַשֶה, און אפֿרים איז דער קיװער פֿון מײַן קאָפּ; יהוּדה איז מײַן צעפּטער.
[10] מוֹאָבֿ איז מײַן װאַשטאָפּ, אױף אֶדוֹם װאַרף איך מײַן שוך, איבער פּלֶשֶת טו איך שאַלן.
[11] װער ברענגט מיך צו דער באַפֿעסטיקטער שטאָט, װער פֿירט מיך קײן אֶדוֹם?
[12] פֿאַר װאָר, אלֹקים, האָסט אונדז פֿאַרלאָזט, און גײַסט נישט אַרױס, אלֹקים, מיט אונדזערע מחנות.
[13] גיב אונדז הילף קעגן דעם פֿײַנט, װאָרעם נישטיק איז די ישועה פֿון אַ מענטשן.
[14] מיט אלֹקים װעלן מיר אױפֿטאָן גבֿורות, און ער װעט צעטרעטן אונדזערע פֿײַנט.