Skip to content
Opens in a new window

[1] פֿאַר דעם געזאַנגמײַסטער; אַ באַטראַכטונג פֿון די קינדער פֿון קֹרַח.

[2] װי אַ הינד לעכצט נאָך בעכן װאַסער, אַזױ לעכצט מײַן זעל נאָך דיר, אלֹקים.

[3] מײַן זעל טוט דאָרשטן נאָך אלֹקים, נאָך דעם לעבעדיקן אֵל: װען װעל איך קומען, און זיך װײַזן פֿאַר אלֹקים?

[4] מײַן טרער איז געװאָרן מײַן שפּײַז טאָג און נאַכט, אַז מע זאָגט מיר אַ גאַנצן טאָג: װוּ איז דײַן ג-ט?

[5] דאָס טו איך דערמאָנען, און גיס אױס מײַן זעל אין מיר: װי איך פֿלעג דורכגײן מיט אַן עולם, זײ פֿירן צום הױז פֿון אלֹקים מיט אַ קֹול פֿון געזאַנג און לױב, אַ יוֹם-טובֿדיק געזעמל.

[6] װאָס ביסטו געבױגן מײַן זעל, און טוסט ברומען אין מיר? האָף צו אלֹקים, װאָרעם איך װעל אים נאָך לױבן פֿאַר דער הילף פֿון זײַן פּנים.

[7] מײַן ג-ט, מײַן זעל איז געבױגן אין מיר, װאָרעם איך טו דיך דערמאָנען, פֿון יַרדן-לאַנד און די חֶרמוֹנס, פֿון דעם באַרג מִצעָר.

[8] תּהום צו תּהום טוט רופֿן אין דעם קֹול פֿון דײַנע װאַסערפֿאַלן; אַלע דײַנע אינדן און דײַנע װעלן זײַנען אַריבער אױף מיר.

[9] בײַ טאָג באַפֿעלט ה׳ זײַן חֶסֶד, און בײַ נאַכט איז זײַן געזאַנג מיט מיר, אַ תּפֿילה צו דעם אֵל פֿון מײַן לעבן.

[10] איך זאָג צו אֵל מײַן פֿעלדז: פֿאַר װאָס האָסטו מיך פֿאַרגעסן? פֿאַר װאָס מוז איך פֿינצטער אומגײן פֿון װעגן דער דריקונג פֿון שׂונא?

[11] מיט רציחה אַזש אין מײַנע בײנער לעסטערן מיך מײַנע פֿײַנט, אַז זײ זאָגן צו מיר אַ גאַנצן טאָג: װוּ איז דײַן ג-ט?

[12] װאָס ביסטו געבױגן מײַן זעל, און װאָס טוסטו ברומען אין מיר? האָף צו אלֹקים, װאָרעם איך װעל אים נאָך לױבן – די הילף פֿון מײַן פּנים, און מײַן ג-ט.

תְּהִלִּים — Chapters