Skip to content
Opens in a new window

[1] אַ געזאַנג פֿון די אַרױפֿגאַנגען. געדענק, ה׳, דָוִדן אַל זײַן פּלאָגן זיך.

[2] װי ער האָט געשװאָרן צו ה׳, אַ נדר געטאָן צום מאַכטיקן פֿון יעקבֿ:

[3] אױב איך װעל קומען אין געצעלט פֿון מײַן הױז, אױב איך װעל אַרױף אױף דעם בעט פֿון מײַן געלעגער,

[4] אױב איך װעל געבן שלאָף צו מײַנע אױגן, צו מײַנע ברעמען שלומער,

[5] ביז איך װעל געפֿינען אַן אָרט פֿאַר ה׳, אַ װױנונג פֿאַר דעם מאַכטיקן פֿון יעקבֿ!

[6] זע, מיר האָבן געהערט אַז עס איז אין אֶפֿרָת, מיר האָבן עס געפֿונען אין פֿעלד פֿון יַעַר.

[7] לאָמיר קומען צו זײַן װױנונג, לאָמיר זיך בוקן צו זײַן פֿוסבענקל.

[8] שטײ אױף, ה׳, צו דײַן רו, דו און דער אָרון פֿון דײַן שטאַרקײט.

[9] דײַנע כּהנים זאָלן זיך אָנקלײדן אין גערעכטיקײט, און דײַנע פֿרומע זאָלן זינגען.

[10] פֿון װעגן דָוִדן דײַן קנעכט, זאָלסט נישט אָפּשטױסן דעם פּנים פֿון דײַן געזאַלבטן.

[11] ה׳ האָט אמת געשװאָרן צו דָוִדן, ער װעט זיך נישט אָפּקערן דערפֿון: פֿון דער פֿרוכט פֿון דײַן לײַב װעל איך זעצן אױף דײַן טראָן.

[12] אױב דײַנע זין װעלן היטן מײַן ברית, און מײַן צײגנים װאָס איך װעל זײ לערנען, װעלן אױך זײערע זין ביז אײביק זיצן אױף דײַן טראָן.

[13] װאָרעם ה׳ האָט אױסדערװײלט צִיוֹן, זי געגלוסט פֿאַר זײַן װױנונג:

[14] דאָס איז מײַן רוּונג ביז אײביק, דאָ װעל איך זיצן, װײַל איך גלוסט זי.

[15] בענטשן װעל איך בענטשן איר שפּײַז, אירע באַדערפֿטיקע װעל איך זעטן מיט ברױט.

[16] און אירע כּהנים װעל איך אָנקלײדן אין הילף, און זינגען װעלן זינגען אירע פֿרומע.

[17] דאָרטן װעל איך מאַכן שפּראָצן אַ האָרן פֿאַר דָוִדן, איך האָב אָנגעברײט אַ ליכט פֿאַר מײַן געזאַלבטן.

[18] זײַנע פֿײַנט װעל איך אָנקלײדן אין שאַנד, און אױף אים װעט שײַנען זײַן קרױן.

תְּהִלִּים — Chapters